רצוני אלעס אינעם מדריך גייט צום מדריך
אידיש לשון הקודש English

רצוני

אלעס אינעם מדריך

יעדע שאלה וואס איר דארפט דורכטראכטן ווען איר שרייבט אראפ אייער רצון – אז די קינדער זאלן וויסן וואס איר האט געוואלט.

14 קאפיטלען · 49 שאלות

מיר שרייבן "ער" און "זיין" כדי די שאלות זאלן זיין קורץ. דער מדריך ארבעט די זעלבע פאר א מאן און פאר א פרוי.

קאפיטל 1אייער אינפארמאציע

  1. שאלה 1פאר וועם ווערט די צוואה געשריבן?

    א ווארט פונעם מדריך: די פרוי'ס צוואה גייט לויט דעם שטייגער פון די שטרות: אלעס גייט פארן מאן אלס יורש דאורייתא, און נאר אויב ער לעבט שוין נישט ח"ו צוטיילט מען צווישן די קינדער.

    • 1. פאר א מאן
      • שאלה 4נאמען פון אייער ווייב.

    • 2. פאר א פרוי
      • שאלה 5נאמען פון אייער מאן.

  2. שאלה 2דאטום

  3. שאלה 3אייער נאמען.

    • ✎ בן (נאמען פון טאטע)
  4. שאלה 6אדרעסס

    • ✎ Email
    • ✎ Cell #
  5. שאלה 7וויפיל קינדער האט איר?

    א ווארט פונעם מדריך: לייגט אריין אלע קינדער לויט די סדר פון געבורט — ערשטע נאמען, לעצטע נאמען, און צי עס איז א זון אדער א טאכטער.

    • ערשטע נאמען · לעצטע נאמען · א זון / א טאכטער · + לייגט צו נאך א קינד.
    • ✎ זענען אלע קינדער פון די זעלבע טאטע מאמע?
  6. שאלה 8האט איר א בכור לנחלה?

    א ווארט פונעם מדריך: א יוצא דופן איז נישט א בכור לנחלה.

    • 1. יא
      • ✎ וועלכע קינד איז דער בכור לנחלה? — — וועלט אויס א קינד —
    • 2. ניין
  7. שאלה 9וויפיל בערך איז אייער פארמעגן ווערד?

    א ווארט פונעם מדריך: א בערך צאל איז גענוג. די פולע ליסטע פון אלע נכסים ווערט אויסגערעכנט אינעם קאפיטל «די נכסים — א פולע בילד» — דארט ווערט אויך אויסגערעכנט א סך הכל, און איר קענט עס דא אריינשטעלן מיט איין קליק.

    • ✎ $
    • נוצן די סך הכל פון די נכסים ליסטע

קאפיטל 2פערזענליכע אנווייזונגען

  1. שאלה 10ווילט איר איבערלאזן פערזענליכע אנווייזונגען נאך די פטירה (לוי', מצבה, קבורה, אד"ג)?

    א ווארט פונעם מדריך: נישט געצווינגען — למשל: וואו איר ווילט ליגן, אנווייזונגען וועגן הספדים אדער די מצבה. וואס איר שרייבט דא גייט אריין אינעם שטר ווארט ביי ווארט.

קאפיטל 3אחראים

ווען מען ווערט עלטער און ווערט אזוי אז מען קען נישט אליין קער נעמען פון די נכסים אד"ג — ווער זאל קער נעמען?

  1. שאלה 11פערזענליכע/געזונטע זאכן — ווער?

    א ווארט פונעם מדריך: איר קענט אויסוועלן מער ווי איין פערזאן — די ווייב/דער מאן, איינע פון די קינדער, אדער אן אנדערע פערזאן.

    • מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · + לייגט צו נאך אן אחראי.
  2. שאלה 12טראכט איר אים עפעס צי געבן דערפאר?

    • 1. יא
      • ✎ וואס?
    • 2. ניין
  3. שאלה 13געשעפטליכע/געלט זאכן — ווער?

    א ווארט פונעם מדריך: איר קענט אויסוועלן מער ווי איין פערזאן — די ווייב/דער מאן, איינע פון די קינדער, אדער אן אנדערע פערזאן.

    • מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · + לייגט צו נאך אן אחראי.
  4. שאלה 14טראכט איר אים עפעס צי געבן דערפאר?

    • 1. יא
      • ✎ וואס?
    • 2. ניין
  5. שאלה 15ווער זאל זיין אחראי אויסצופירן די צוואה?

    א ווארט פונעם מדריך: איר קענט אויסוועלן מער ווי איין אחראי — די ווייב/דער מאן, איינע פון די קינדער, אדער אן אנדערע פערזאן.

    • מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · + לייגט צו נאך אן אחראי.
  6. שאלה 16טראכט איר אים עפעס צי געבן דערפאר?

    • 1. יא
      • ✎ וואס?
    • 2. ניין
  7. שאלה 17ווער זאל זיין אחראי אנצופירן וואס בלייבט אין די ירושה?

    ווערט נאר געפרעגט ווען עפעס בלייבט אין די ירושה אויף א צייט — די ביזנעס גייט צו אלע קינדער אלס שותפים, אדער מען פארקויפט עס, אדער מען קויפט עס אויס און די יורשים בלייבן שותפים ביז מען באצאלט (שאלות 43 און 46).

    א ווארט פונעם מדריך: אויב עפעס בלייבט אין די ירושה נאכן אויספירן די צוואה — למשל די יורשים בלייבן שותפים אין די ביזנעס ביז עס ווערט אויסגעצאלט אדער פארקויפט, אדער א נכס ווארט אויף א קונה — דארף עמיצער דאס אנפירן און סערוויסן ווייטער, ביז עס ווערט פארקויפט אדער צוטיילט.

    • 1. די זעלבע אחראים וואס זענען געשטעלט אויסצופירן די צוואה.
    • 2. איך וויל אויסוועלן באזונדער ווער.
      • שאלה 18ווער זאל דאס אנפירן?

        א ווארט פונעם מדריך: איר קענט אויסוועלן מער ווי איין אחראי — די ווייב/דער מאן, איינע פון די קינדער, אדער אן אנדערע פערזאן.

        • מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · + לייגט צו נאך אן אחראי.
  8. שאלה 19טראכט איר זיי עפעס צי געבן דערפאר?

    ווערט נאר געפרעגט ווען עפעס בלייבט אין די ירושה אויף א צייט — די ביזנעס גייט צו אלע קינדער אלס שותפים, אדער מען פארקויפט עס, אדער מען קויפט עס אויס און די יורשים בלייבן שותפים ביז מען באצאלט (שאלות 43 און 46).

    • 1. יא
      • ✎ וואס?
    • 2. ניין

קאפיטל 4וויאזוי צוטיילן די פארמעגן

  1. שאלה 20וויאזוי זאל מען צוטיילן די פארמעגן — אויב די מאמע לעבט שוין נישט?

    • 1. נאר פאר די הלכה'דיגע יורשים.
      • איז דא פארמעגן אויף אייער נאמען וואס גייט דארפן איבערגעשריבן ווערן לעגאל צי אייערע יורשים?
        • 1. יא
          • ✎ וואס גייען די טעכטער באקומען אז זיי זאלן אונטערשרייבן א צעטיל אז זיי זענען מוותר אויף זייערע לעגאלע רעכטן פון די ירושה?
        • 2. ניין
    • 2. אלע קינדער גלייך — און דאס געבט איר צו במתנה בעפאר די 120 באופן המותר, און איבערלאזן א דבר חשוב פאר יורשים וואס דאס זאל מען צוטיילן נאר פאר די הלכה'דיגע יורשים לאחר מאה ועשרים.
      • ✎ וויפיל זאל זיין דער "דבר חשוב" וואס מען לאזט איבער פאר די הלכה'דיגע יורשים? — $
      • שאלה 21וואס איז די סיבה אז איר ווילט געבן פאר אלע קינדער גלייך?

        ☑ מען קען אויסוועלן מער ווי איינס

        א ווארט פונעם מדריך: איר קענט אויסוועלן מער ווי איין סיבה.

        • 1. אז דער איידעם וועט זעהן אז די טאטע איז מחשיב זיין טאכטער מיט דעם וואס ער האט איר אינזין, וועט ער איר אויך מחשיב זיין.
        • 2. צי מנוע זיין די מחלוקת צווישן די קינדער.
        • 3. ווייל די איידעם איז א תלמיד חכם, און עס איז א זכי' צי קענען מחזיק זיין א תלמיד חכם.
        • 4. ווייל די טעכטער געבן זיך אפ מיט די עלטערן אויף די עלטערע יארן.
        • 5. ווייל די טעכטער דארפן די געלט אויף צי חתונה מאכן די קינדער.
        • 6. כדי די טעכטער זאלן נישט האבן די נסיון פון פארלאנגען אין קאורט חלילה געלט וואס קומט זיך זיי לויטן געזעץ, און עס קען חלילה ארויסקומען א חילול השם.
    • 3. איר ווילט איין קינד געבן אנדערש ווי די איבעריגע
      • ✎ וועם און וואס?
      • ✎ ביטע ערקלערט פאר אייערע קינדער, די סיבה פארוואס איר טיט עס.
      • און די איבעריגע קינדער — וויאזוי זאל מען צוטיילן צווישן זיי?
        • 1. נאר פאר די הלכה'דיגע יורשים.
          • איז דא פארמעגן אויף אייער נאמען וואס גייט דארפן איבערגעשריבן ווערן לעגאל צי אייערע יורשים?
            • 1. יא
              • ✎ וואס גייען די טעכטער באקומען אז זיי זאלן אונטערשרייבן א צעטיל אז זיי זענען מוותר אויף זייערע לעגאלע רעכטן פון די ירושה?
            • 2. ניין
        • 2. אלע קינדער גלייך — און דאס געבט איר צו במתנה בעפאר די 120 באופן המותר, און איבערלאזן א דבר חשוב פאר יורשים וואס דאס זאל מען צוטיילן נאר פאר די הלכה'דיגע יורשים לאחר מאה ועשרים.
          • ✎ וויפיל זאל זיין דער "דבר חשוב" וואס מען לאזט איבער פאר די הלכה'דיגע יורשים? — $
          • ← דערנאך שאלה 21
        • 3. לויט חלק זכר און חצי זכר — יעדער זון באקומט צוויי חלקים, יעדע טאכטער איין חלק. — אזוי ווי עס שטייט אין די שטרות (חלק זכר / חצי זכר).
    • 4. לויט חלק זכר און חצי זכר — יעדער זון באקומט צוויי חלקים, יעדע טאכטער איין חלק. — אזוי ווי עס שטייט אין די שטרות (חלק זכר / חצי זכר).
  2. שאלה 22זאלן די ספרים און תשמישי קדושה גיין נאר פאר די זין, און די לייכטער, טאצן און דזשאלערי נאר פאר די טעכטער — מיטן פעקלעך־גורל סדר?

    א ווארט פונעם מדריך: אזוי ווי עס שטייט אין די שטרות: מען מאכט פעקלעך מיט בערך די זעלבע ווערד און מען מאכט א גורל; דער בכור באקומט צוויי פעקלעך. די צוטיילונג קומט נאר נאך די פטירה פון ביידע עלטערן.

    • 1. יא
    • 2. ניין

קאפיטל 5אויב די מאמע לעבט נאך

דער קאפיטל ווערט נאר געפרעגט ווען אויף שאלה 1 ענטפערט מען „פאר א מאן“.

  1. שאלה 23וועלכע דירה/דירות זאל בלייבן אויסשליסליך פאר די מאמע צי ניצן ביז איר 120?

    • 1. אלע דירה/דירות וואס מען האט צוזאמען געניצט ביז דעמאלט.
      • ✎ וועלכע דירה/דירות? שרייבט אריין די אדרעסס(ן): — אדרעסס — + לייגט צו נאך אן אדרעסס
    • 2. די עיקר דירה וואס מען האט געניצט.
      • ✎ וועלכע דירה? שרייבט אריין די אדרעסס: — אדרעסס
    • 3. זי קען אויסוועלן וועלכע דירה זי וויל בלייבן וואוינען.
      • ✎ פון וועלכע דירות קען זי אויסוועלן? שרייבט אריין די אדרעסס(ן): — אדרעסס — + לייגט צו נאך אן אדרעסס
    • 4. עס איז נישט שייך — קיין דירה דארף נישט בלייבן ספעציעל פאר איר. — למשל: עס איז נישטא קיין אייגענע דירה, אדער זי גייט וואוינען ערגעץ אנדערש.
  2. שאלה 24און דאס איבריגע פארמעגן — וויאזוי זאל מען עס צוטיילן, אויב די מאמע לעבט נאך?

    א ווארט פונעם מדריך: ווייל די דירה/דירות וואס איר האט באשטימט אין די פריערדיגע שאלה בלייבן סיי־ווי פאר די מאמע ביז איר 120, רעדט זיך דא נאר איבער די איבריגע פארמעגן.

    • 1. די זעלבע ווי ווען די מאמע לעבט שוין נישט.
      • ✎ פון וואו וועט די מאמע האבן אן הכנסה?
    • 2. אלעס זאל בלייבן אומצוטיילט, און די מאמע זאל באקומען אלע געלט וואס קומט אריין ביז איר 120.
    • 3. צוטיילן די פארמעגן מיט צוויי (אדער מער) חלקים מער פון וויפיל קינדער מען האט, און די צוויי חלקים זאלן זיין פאר די מאמע.
    • 4. צעטיילן אלעס חוץ איין גרעסערע נכס, פון וואו זי קען לעבן בהרחבה און נישט דארפן בעטן פון קיינעם.
      • ✎ וועלכע נכס?
    • 5. אלעס וואס שטייט אויף די מאמע'ס נאמען זאל בלייבן אירס אינגאנצן, און דאס איבריגע פארמעגן זאל מען צוטיילן גלייך צווישן די קינדער.
    • 6. עפעס אנדערש — איר באשטימט אליין וויאזוי צו צוטיילן. — וואס איר שרייבט דא גייט אריין אינעם שטר צוואה אזוי ווי איר שרייבט עס.
      • ✎ שרייבט ארויס קלאר וויאזוי מען זאל צוטיילן די פארמעגן:

קאפיטל 6פראפערטי אן פולע מארקעט רענט

  1. שאלה 25האט איר א פראפערטי, בילדינג, דירה, אד"ג, וואס ווערט באנוצט און איר באקומט נישט דערפאר די פולע מארקעט פרייז רענט?

    • 1. יא
      • ✎ וועלכע פראפערטי/פראפערטיס? שרייבט אריין די אדרעסס(ן): — אדרעסס — + לייגט צו נאך אן אדרעסס
      • שאלה 26זאלן אלע די פראפערטיס באהאנדלט ווערן די זעלבע?

        נאר ווען מען האט אריינגעשריבן מער ווי איין אדרעסס.

        א ווארט פונעם מדריך: אויב יעדע פראפערטי דארף אן אנדערע באהאנדלונג, וועט די קומענדיגע שאלה געפרעגט ווערן באזונדער פאר יעדע אדרעסס.

        • 1. יא — אלע די זעלבע.
        • 2. ניין — יעדע פראפערטי באזונדער.
      • שאלה 27וויאזוי זאל מען באהאנדלען די פראפערטי?

        א ווארט פונעם מדריך: די געלט פאר די פראפערטי גייט ווערן אראפגערעכנט פון זיין חלק הירושה — ממילא הייסט עס כאילו די געלט איז שוין באצאלט גלייך.

        • 1. עס איז א מתנה פאר דעם וואס ניצט עס.
          • ✎ וואס באקומען די אנדערע אקעגן דעם? — גארנישט / …
          • ווען זאל מען אפשאצן די פרייז דערפון?
            • 1. די ווערד פון ווען ער האט אנגעפאנגען ניצן די פראפערטי (ביטע שרייבט ארויס די סכום). — די געלט דערפאר גייט ווערן אראפגערעכנט פון זיין חלק הירושה.
              • ✎ די סכום: — $
              • אויב איז נישט דא גענוג געלט אין זיין חלק פון די ירושה צי באצאלן, דארף ער באצאלן די איבעריגע פאר די יורשים?
                • 1. יא
                • 2. ניין
            • 2. די ווערד פון די פראפערטי אין די צייט וואס מען רעכנט עס אראפ פון די ירושה.
              • ✎ וויאזוי גייט מען באשליסן וואס די ריכטיגע ווערד איז?
              • אויב איז נישט דא גענוג געלט אין זיין חלק פון די ירושה צי באצאלן, דארף ער באצאלן די איבעריגע פאר די יורשים?
                • 1. יא
                • 2. ניין
        • 2. עס באלאנגט פאר די ירושה.
          • קען ער / וויל ער עס אפקויפן?
            • 1. ער קען/וויל עס אפקויפן — ביז ער באצאלט די געלט דערפאר:
              • ביז דעמאלט:
                • 1. די ערשטע 18/12/6 חדשים באצאלט ער די זעלבע פרייז ווי ער האט באצאלט ביז דעמאלט, און נאכדעם גייט עס צי מארקעט פרייז.
                • 2. דארף ער, תיכף ומיד באצאלן רענט אזוי ווי די מארקעט פרייז.
                • 3. דארף ער, באצאלן רענט פונקט ווי ביז דעמאלט.
            • 2. ער קען נישט/וויל נישט עס אפקויפן — ביז ער מופט ארויס:
              • ביז דעמאלט:
                • 1. די ערשטע 18/12/6 חדשים באצאלט ער די זעלבע פרייז ווי ער האט באצאלט ביז דעמאלט, און נאכדעם גייט עס צי מארקעט פרייז.
                • 2. דארף ער, תיכף ומיד באצאלן רענט אזוי ווי די מארקעט פרייז.
                • 3. דארף ער, באצאלן רענט פונקט ווי ביז דעמאלט.
    • 2. ניין

קאפיטל 7פריערדיגע מתנות און צוזאגן

  1. שאלה 28האט איר שוין אמאל אוועקגעגעבן א גרעסערע מתנה פאר איינעם פון די קינדער, און איר ווילט אז מען זאל עס אראפרעכענען פון זיין ירושה?

    • 1. יא
      • שאלה 29וואס?

        ☑ מען קען אויסוועלן מער ווי איינס

        א ווארט פונעם מדריך: עס קען זיין מער ווי איין זאך.

        • 1. צו קויפן א דירה
          • פאר וועלכע קינד, און וויפיל?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · וויפיל געלט? $ · + לייגט צו נאך א קינד
        • 2. צו קויפן/אויפשטעלן א ביזנעס
          • פאר וועלכע קינד, און וויפיל?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · וויפיל געלט? $ · + לייגט צו נאך א קינד
        • 3. פאר אינוועסטמענט
          • פאר וועלכע קינד, און וויפיל?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · וויפיל געלט? $ · + לייגט צו נאך א קינד
        • 4. צו צאלן א חוב
          • פאר וועלכע קינד, און וויפיל?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · וויפיל געלט? $ · + לייגט צו נאך א קינד
        • 5. עפעס אנדערש
          • ✎ וואס?
          • פאר וועלכע קינד, און וויפיל?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · וויפיל געלט? $ · + לייגט צו נאך א קינד
    • 2. ניין
  2. שאלה 30האט איר אמאל צוגעזאגט צי געבן פאר איינעם (א קינד אדער א פרעמדער) א גרעסערע מתנה?

    • 1. יא
      • פאר וועם, וואס, און פאר וואס?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · וואס האט איר צוגעזאגט? · פאר וואס האט איר עס צוגעזאגט? · + לייגט צו נאך א צוזאג
    • 2. ניין

קאפיטל 8חובות און הלוואות

  1. שאלה 31איז איינער פון אייערע קינדער אייך שולדיג געלט?

    • 1. יא
      • וועלכע קינד, וויפיל, און פאר וואס?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · וואס איז די סכום? $ · פאר וואס איז געווען די הלוואה? (עס העלפט אז דאס קינד זאל זיך דערמאנען) · + לייגט צו נאך א קינד
      • שאלה 32וויאזוי זאל ער באצאלן דעם חוב?

        • 1. ווען ער קען.
        • 2. פון זיין חלק הירושה.
          • אויב איז נישט דא גענוג געלט אין זיין חלק פון די ירושה צי באצאלן די גאנצע חוב, דארף ער באצאלן די איבעריגע פאר די יורשים?
            • 1. יא
            • 2. ניין
        • 3. ער דארף נישט באצאלן ווייל איר האט אים עס מוחל געווען.
    • 2. ניין — און אויב יא, האט איר עס אים מוחל געווען.
  2. שאלה 33האט איר אמאל געבארגט פריוואט געלט פאר איינעם, וואס עס איז מעגליך נאך נישט באצאלט?

    • 1. יא
      • פאר וועם, וויפיל, און פאר וואס?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · וויפיל? $ · ווען? · פאר וואס איז געווען די הלוואה? · איז דא א שטר? · + לייגט צו נאך א הלוואה
    • 2. ניין — און אויב יא, האט איר עס אים מוחל געווען.

קאפיטל 9איבערלאזן געלט פאר באזונדערע צוועקן

  1. שאלה 34ווילט איר איבערלאזן געלט פאר א געוויסע זאך, וואס איז נישט אויסגערעכנט פריער?

    ☑ מען קען אויסוועלן מער ווי איינס

    א ווארט פונעם מדריך: עס קען זיין מער ווי איין זאך.

    • 1. צי באצאלן אייערע חובות
      • ✎ פאר וועם זענט איר שולדיג?
      • ✎ וויפיל געלט? — $
    • 2. צדקה
      • ✎ וועלכע צוועק?
      • ✎ וויפיל געלט? — $
    • 3. חתונה פון אייניקלעך
      • ✎ וויפיל געלט זאל מען געבן פאר יעדע חתונה? — $
    • 4. פאר די אייניקלעך
      • ✎ וויפיל געלט זאל מען געבן פאר יעדע אייניקל? — $
    • 5. דריקן א ספר
      • ✎ וויפיל געלט ווילט איר לאזן פאר דעם צוועק? — $
      • ✎ און די געלט וואס בלייבט איבער?
    • 6. א ספעציעלע פראדזשעקט
      • ✎ וואס איז די פראדזשעקט?
      • ✎ וויפיל געלט? — $
      • ✎ און די געלט וואס בלייבט איבער?
    • 7. עפעס אנדערש
      • ✎ וואס?
      • ✎ וויפיל געלט? — $

קאפיטל 10גמ"ח געלט · נכסים אויף אנדערע נעמען

  1. שאלה 35האט איר אמאל גענוצט גמ"ח'ן געלט צי האלטן געלט?

    • 1. יא
      • ✎ וועלכע?
      • ✎ בערך ווען?
      • ✎ בערך וויפיל? — $
    • 2. ניין
  2. שאלה 36האט איר נכסים אויף אייער נאמען וואס באלאנגט נישט פאר אייך?

    • 1. יא
      • ✎ וואס?
      • ✎ פארוועם באלאנגט עס באמת?
      • ✎ ווער ווייסט נאך דערפון (חוץ אייך)?
    • 2. ניין
  3. שאלה 37האט איר נכסים אויף א צווייטנ'ס נאמען וואס באלאנגט באמת פאר אייך?

    • 1. יא
      • ✎ וואס?
      • ✎ אויף וועמענ'ס נאמען שטייט עס?
      • ✎ ווער ווייסט נאך דערפון (חוץ אייך)?
      • איר האט א שטר?
        • 1. יא
        • 2. ניין
    • 2. ניין

קאפיטל 11די נכסים — א פולע בילד

  1. שאלה 38וועלכע סארטן נכסים האט איר? צייכנט אן וואס עס איז דא — און שרייבט גלייך אריין וועלכע.

    ☑ מען קען אויסוועלן מער ווי איינס

    א ווארט פונעם מדריך: גייט דורך די גאנצע ליסטע, אפילו וואס עס איז נישט שייך — עס דערמאנט אן זאכן וואס מען פארגעסט אפט: הלוואות וואס מען האט ארויסגעגעבן, לייף אינשורענס, און נכסים אויף אן אנדערנ'ס נאמען. ביי יעדע זאך וואס איר צייכנט אן, שרייבט אריין וועלכע — די פרטים (די ווערד, אויף וועמענ'ס נאמען, וכו') ווערן געפרעגט דערנאך.

    • 1. די הויז/דירה וואו איר וואוינט
      • ✎ די אדרעסס: — אדרעסס — + לייגט צו נאך איינס
    • 2. אנדערע ריל עסטעיט (בילדינגס, דירות, לענד)
      • ✎ די אדרעסס(ן) — איינס א שורה: — אדרעסס — + לייגט צו נאך איינס
    • 3. אן אייגענע ביזנעס
      • ✎ די נאמען פון די ביזנעס: — די נאמען פון די ביזנעס — + לייגט צו נאך איינס
    • 4. א חלק אין א ביזנעס מיט שותפים
      • ✎ די נאמען פון די ביזנעס: — די נאמען פון די ביזנעס — + לייגט צו נאך איינס
    • 5. באנק און אינוועסטמענט אקאונטן
      • ✎ ביי וועלכע באנק/פירמע? — די נאמען פון די באנק/פירמע — + לייגט צו נאך איינס
    • 6. ריטייערמענט אקאונטן (IRA, 401k, פענסיע)
      • ✎ ביי וועלכע פירמע? — די נאמען פון די פירמע — + לייגט צו נאך איינס
    • 7. לייף אינשורענס
      • ✎ ביי וועלכע אינשורענס פירמע? — די נאמען פון די פירמע — + לייגט צו נאך איינס
    • 8. צירונג, ספרים, און אנדערע ווערדפולע חפצים
      • ✎ וואס איז עס? — איינס א שורה: — למשל: א זילבער קאלעקציע — + לייגט צו נאך איינס
    • 9. עפעס אנדערש
      • ✎ וואס איז עס? — איינס א שורה: — שרייבט וואס עס איז — + לייגט צו נאך איינס
  2. שאלה 39אויף וועמענ'ס נאמען שטייט עס?

    ווערט געפרעגט פאר יעדן נכס וואס איר האט אויסגערעכנט אין שאלה 38.

    א ווארט פונעם מדריך: ווער עס פירט א נכס איז נישט אלץ די זעלבע ווי אויף וועמענ'ס נאמען עס שטייט — קודם ווערט קלאר די אייגנטום פון יעדע זאך.

    • 1. עס שטייט אויף מיין אייגענעם נאמען.
    • 2. עס שטייט אויף מיין נאמען צוזאמען מיט נאך עמיצן (דזשוינט).
      • ✎ מיט וועם?
      • ✎ וויפיל % געהערט אייך? — %
    • 3. עס שטייט דורך א פירמע (LLC, קארפ', שותפות, טראסט).
      • וועלכע פירמע?
        • + א נייע פירמע
        • ✎ די נאמען פון די פירמע
        • LLC · קארפ' · שותפות · טראסט · אנדערש
        • ✎ וויפיל % געהערט אייך? %
        • ✎ ווער נאך האט א חלק, און וויפיל?
        • ווער פירט/סיינט די פירמע היינט?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · איך אליין · + לייגט צו נאך אן אחראי.
        • איז דא אן אפערייטינג־אגרימענט וואס זאגט וואס עס גייט פאר אויב איינער פון די אייגענטומער איז נפטר?
          • 1. יא
          • 2. ניין
          • 3. נישט זיכער
        • שטייט אין די קארפאריישאן דאקומענטן וואס עס דארף געשעהן אויב א שערהאלטער איז נפטר?
          • 1. יא
          • 2. ניין
          • 3. נישט זיכער
        • איז דא א שותפות־אגרימענט וואס זאגט וואס עס גייט פאר אויב א שותף איז נפטר?
          • 1. יא
          • 2. ניין
          • 3. נישט זיכער
        • ✎ ווער איז דער טראסטי, און ווער נאך דעם?
    • 4. עס שטייט אויף אן אנדערנ'ס נאמען.
      • ✎ אויף וועמענ'ס נאמען?
      • איז דא א שטר/דאקומענט דערויף?
        • 1. יא
        • 2. ניין
  3. שאלה 40די ווערד און די פרטים

    ווערט געפרעגט פאר יעדן נכס וואס איר האט אויסגערעכנט אין שאלה 38.

    א ווארט פונעם מדריך: א בערך שאצונג איז גענוג — עס העלפט שפעטער זען צי די צוואה קען בכלל אויסגעפירט ווערן אזוי ווי איר ווילט.

    • די הויז/דירה וואו איר וואוינט
      • ✎ די ווערד פון די הויז — $
      • ✎ די מארטגעדזש דערויף — $
      • ✎ רענט הכנסה א יאר (אויב איר רענט אויס א טייל) — $
    • אנדערע ריל עסטעיט (בילדינגס, דירות, לענד)
      • ✎ די ווערד — $
      • ✎ די מארטגעדזש/חוב דערויף — $
      • ✎ רענט הכנסה א יאר — $
    • אן אייגענע ביזנעס
      • ✎ די ווערד פון די ביזנעס (א בערך שאצונג היינט) — $
      • ✎ די חובות פון די ביזנעס — $
      • ✎ רווח א יאר — $
    • א חלק אין א ביזנעס מיט שותפים
      • ✎ די ווערד פון אייער חלק (א בערך שאצונג היינט) — $
      • ✎ די חובות פון די ביזנעס — $
      • ✎ אייער חלק אין די רווחים א יאר — $
    • באנק און אינוועסטמענט אקאונטן
      • ✎ די באלאנס — $
    • ריטייערמענט אקאונטן (IRA, 401k, פענסיע)
      • ✎ די באלאנס — $
      • ✎ ווער זענען די בענעפישעריס?
    • לייף אינשורענס
      • ✎ די סכום פון די פאליסי — $
      • ✎ ווער זענען די בענעפישעריס?
    • צירונג, ספרים, און אנדערע ווערדפולע חפצים
      • ✎ בערך ווערד — $
    • עפעס אנדערש
      • ✎ בערך ווערד — $
      • ✎ נאך פרטים
  4. שאלה 41ווער זאל דאס אנפירן נאך 120, ביז עס ווערט צוטיילט אדער פארקויפט?

    ווערט געפרעגט פאר יעדן פון די נכסים וואס איר האט אויסגערעכנט אין שאלה 38: די הויז/דירה וואו איר וואוינט · אנדערע ריל עסטעיט (בילדינגס, דירות, לענד) · עפעס אנדערש.

    א ווארט פונעם מדריך: יעצט ווען מיר ווייסן שוין אויף וועמענ'ס נאמען עס שטייט און וויפיל עס איז ווערד — ווער פירט עס, און וואס זאל צום סוף ווערן דערמיט.

    • 1. די זעלבע אחראים/ממונים וואס זענען שוין געשטעלט פריער.
    • 2. באזונדערע מענטשן פאר דעם נכס.
      • ווער?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · + לייגט צו נאך אן אחראי.
    • ווער פירט עס היינט למעשה? (ווער סיינט אויפן באנק אקאונט, נעמט איין די רענט, מאכט די החלטות): מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · איך אליין · + לייגט צו נאך אן אחראי.
    • אויב איר וואלט ח"ו נישט געקענט פירן פאר עטליכע חדשים — ווער קען עס דערווייל אנפירן?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · + לייגט צו נאך אן אחראי.
    • און וואס זאל צום סוף ווערן דערמיט?
      • 1. בלייבן פאר די יורשים (אין די משפחה).
      • 2. פארקויפן.
        • ✎ ווער באשליסט ווען און פאר וויפיל? (למשל: די אחראים, לויט א שאצונג)
      • 3. א קינד/יורש זאל עס איבערנעמען אדער אויסקויפן.
        • ווער?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · + לייגט צו נאך אן אחראי.
        • ✎ אויף וועלכע תנאים? (למשל: 10% ביליגער פון די מארקעט פרייז)
      • 4. עס גייט אריין אין א פאנד/באזונדערע צוועק.
        • ✎ וועלכע?
      • 5. נאך נישט באשלאסן — די אחראים זאלן באשליסן.

קאפיטל 12די ביזנעס

  1. שאלה 42האט איר א ביזנעס?

    ווערט איבערגעהיפט ווען א ביזנעס שטייט שוין אויף אייער ליסטע פון נכסים (שאלה 38) — דעמאלט רעכנט זיך עס ווי „יא“.

    א ווארט פונעם מדריך: אויב יא — וויאזוי זאל מען עס באהאנדלען? יעדע אפשן ווערט אויסגעשמועסט באזונדער.

    • 1. יא
      • שאלה 43וויאזוי זאל מען באהאנדלען די ביזנעס?

        • 1. אלע קינדער זאלן ווערן שותפים. — ביטע קוקט דורך די שאלות וואס עס איז וויכטיג אויסצושמועסן איידער מען גייט אריין אין א שותפות, און טראכט וויאזוי אייערע יורשים וואלטן עס געוואלט אויספילן (איר קענט אונז שיקן א אימעיל כדי צי באקומען די שאלות).
          • ווער גייט פירן די ביזנעס?
            • 1. דער זעלבער וואס האט עס געפירט ביז דעמאלט.
            • 2. די קינד/קינדער וואס זענען יעצט אין די ביזנעס.
              • באקומט ער/זיי עפעס מער פארן פירן די ביזנעס?
                • 1. יא — א גרעסערע חלק אינעם שותפות
                  • ✎ וויפיל %? — %
                • 2. יא — א % פון די רווח פארן פירן די ביזנעס
                  • ✎ וויפיל %? — %
                • 3. ניין — פארוואס זאל ער וועלן בלייבן טראגן די גאנצע עול פון די ביזנעס, און ביי די רווחים איז ער פונקט ווי די אנדערע?
          • ווער גייט צוטיילן די רווחים פאר די שותפים/יורשים?
            • 1. די זעלבע וואס איז אחראי אויסצופירן די צוואה.
            • 2. דער וואס פירט די ביזנעס.
        • 2. מען פארקויפט די ביזנעס, און די יורשים באקומען די געלט.
          • ווער גייט זיין אחראי זיכער צי מאכן אז די פרייז איז א ריכטיגע פרייז?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · + לייגט צו נאך אן אחראי.
          • ווער גייט זיין אחראי אז עס זאל פארקויפט ווערן?: מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · + לייגט צו נאך אן אחראי.
          • ✎ ווי גרינג איז צי טרעפן א קונה?
          • ווער גייט עס פירן ביז מען טרעפט א קונה? (גיי צי די אפשן „אלע קינדער ווערן שותפים"): מיין ווייב / מיין מאן · איינע פון די קינדער · אן אנדערע פערזאן · + לייגט צו נאך אן אחראי.
        • 3. די קינד/ער וואס איז/זענען אין די ביזנעס, באקומט 100% פון די ביזנעס פאר זיך.
          • וואס באקומען די אנדערע אקעגן דעם?
            • 1. אנדערע נכסים
              • אויב די ביזנעס איז ווערד אסאך מער?
                • 1. דארף ער נישט באצאלן דערפאר, עס איז זיינס במתנה.
                • 2. דארף ער באצאלן די איבעריגע פאר די יורשים. (גיי צי די אפשן „די קינד וואס איז אין די ביזנעס קויפט עס אויס")
            • 2. גארנישט
          • דארף ער עפעס מוותר זיין לכבוד דעם?
            • 1. גארנישט
            • 2. די חלק הירושה פון די אנדערע פארמעגן — אזוי פיל געלט:
              • ✎ וויפיל? — $
              • וואס טוט מען אויב די ביזנעס איז שוין נישט ווערד דעמאלט אזוי פיל געלט?
                • 1. וויבאלד אויב עס איז מער ווערד דארף ער גארנישט געבן, די זעלבע ביי ווייניגער ווערד באקומט ער אויך נישט.
                • 2. אויב ער איז מסכים צי געבן די ביזנעס פאר די יורשים, דעמאלט קען ער באקומען א חלק פון די ירושה. (גיי צוריק צי די שאלה „האט איר א ביזנעס?")
          • איז ער זיך עפעס מחייב וועגן דעם?
            • 1. געבן א געהאלט פאר א טאטע/מאמע פון די ביזנעס ביז די הונדערט און צוואנציג.
            • 2. געבן פאר יעדע חתונה אין די משפחה א סכום.
            • 3. גארנישט
        • 4. די קינד/ער וואס איז/זענען אין די ביזנעס קויפט/ן עס אויס פון די איבעריגע. — די קומענדיגע שאלות — וויאזוי אפשאצן די ווערד, די פעימענט טערמינען — קומען גלייך נאכדעם.
          • שאלה 44וויאזוי מאכט מען אפ וויפיל עס איז ווערד?

            א ווארט פונעם מדריך: מ'קען אויך אויסמישן עטליכע וועגן: פאר די ערשטע יאר נוצט מען איין וועג (למשל, אפציע ‎#2), דערנאך א צווייטע (למשל, ‎#3), און איינמאל די רווחים גייען ארויף העכער א געוויסע סכום – א דריטע (למשל, ‎#5). זעט די לעצטע אפציע.

            • 1. די האלסעיל ווערט (Wholesale) — ‎#1 — מ'רעכנט עס אזוי ווי איינער וואס עפנט א נייע קאמפאני און קויפט אפ די גאנצע סחורה אדער סאפטווער פאר'ן האלסעיל פרייז. דאס איז די ווערט פון די ביזנעס. (חובות – סיי וואס מ'איז שולדיג און סיי וואס אנדערע זענען שולדיג – ווערן נישט אריינגערעכנט אין די פארקויף, און יענע דארף מען זיך צוטיילן.)
            • 2. באלאנס שיט (Balance sheet) — ‎#2 — מ'נעמט דעם נומער פונעם באלאנס שיט, און אלעס וואס מ'האט אראפגערעכנט נאר פאר טעקס צוועקן אבער ס'האט נאך באמת א ווערט, רעכנט מען צוריק אריין.
            • 3. א מולטיפל פון די רווחים — ‎#3 — מ'רעכנט אויס די רווחים פון די ביזנעס איבער די לעצטע דריי יאר, מ'רעכנט צוריק אריין די געהאלט פון די בעלי בתים, אינטערעסט אויף די הלוואות, הוצאות פאר אייגענע באדערפענישן (ווי קארס, צדקה, וכדו'), און אמארטיזאציע וואס האלטן אן זייער ווערט. מ'טיילט דעם סך הכל אין דריי צו באקומען דעם דורכשניטליכן יערליכן ריווח. דעם יערליכן נומער טאפלט מען דערנאך מיט א געוויסע "פאקטאר" (א העכערע פאקטאר ווייזט אויף מער סטאביליטעט און מ'נוצט עס ביי העכערע רווחים), און מ'לייגט צו די נעט ווערט (net value) פונעם באלאנס שיט.
              • ✎ אונטער $500,000 — געטאפלט מיט: — 3
              • ✎ $500,000 ביז $2,000,000 — וויפיל מאל? — 5
              • ✎ $2,000,000 ביז $5,000,000 — וויפיל מאל? — 7
              • ✎ $5,000,000 ביז $10,000,000 — וויפיל מאל? — 10
              • ✎ איבער $10,000,000 — וויפיל מאל?
            • 4. דריי עקספערטן (די העכסטע + נידריגסטע) — ‎#4 — יעדע זייט שטעלט אן איין עקספערט, און די צוויי עקספערטן קלויבן אינאיינעם אויס א דריטן. אלע דריי מאכן באזונדערע אפשאצונגען. אויב צוויי עקספערטן געבן די זעלבע שאצונג, איז דאס די אפגערעדטע ווערט. אויב אלע דריי שאצונגען זענען אנדערש, נעמט מען די העכסטע און די נידריגסטע נומערן, מ'לייגט זיי צונויף און מ'טיילט עס אין צוויי (למשל, 100, 90, 130 -> 90+130=220 צעטיילט אין 2 = 110).
            • 5. דריי עקספערטן (דער מיטלסטער) — ‎#5 — יעדע זייט שטעלט אן איין עקספערט, און די צוויי עקספערטן קלויבן אינאיינעם אויס א דריטן. אלע דריי מאכן באזונדערע אפשאצונגען. אויב צוויי עקספערטן געבן די זעלבע שאצונג, איז דאס די אפגערעדטע ווערט. אויב אלע דריי שאצונגען זענען אנדערש, קלויבט מען די ווערט פונעם עקספערט וועמענס נומער פאלט אינדערמיטן צווישן די אנדערע צוויי (למשל, 100, 90, 130 -> די ווערט איז 100).
            • 6. צוויי עקספערטן און א בורר — ‎#6 — יעדע זייט שטעלט אן איין עקספערט. אויב די עקספערטן קענען זיך נישט פארגלייכן, גיבט יעדער אפ זיין ענדגילטיגע שאצונג. דערנאך גייט מען צום אפגערעדטן וועג פון לעזן סכסוכים, און מ'מוז אויסקלויבן איינע פון די צוויי שאצונגען אן קיין שום פשרה אינדערמיטן.
            • 7. מארקעט פרייז — ‎#7 — מ'שטעלט פעסט די ווערט לויט די פרייזן פאר וואס ענליכע ביזנעסער אין די זעלבע אינדוסטריע ווערן פארקויפט.
            • 8. א מולטיפל פון די איינקונפט (revenue) — ‎#8 — מען גייט אויסרעכענען וויפיל געלט די ביזנעס האט אריינגענומען אין די לעצטע דריי יאר, און מען צוטיילט די סומע אויף דריי, און דאס ווערט די סומע פון די איינקונפט. ווי העכער די סומע, אלס מער מאל רעכנט מען די נומבער. צי דעם לייגט מען צו די ווערד פון די בעלאנס שיט, און דאס איז די סומע וויפיל די קאמפאני איז ווערד.
              • ✎ אונטער $500,000 — געטאפלט מיט: — 3
              • ✎ $500,000 ביז $2,000,000 — וויפיל מאל? — 5
              • ✎ $2,000,000 ביז $5,000,000 — וויפיל מאל? — 7
              • ✎ $5,000,000 ביז $10,000,000 — וויפיל מאל? — 10
              • ✎ איבער $10,000,000 — וויפיל מאל?
            • 9. א קאמבינאציע פון עטליכע וועגן — מ'קען אויך אויסמישן עטליכע וועגן: פאר די ערשטע יאר נוצט מען איין וועג (למשל, אפציע ‎#2), דערנאך א צווייטע (למשל, ‎#3), און איינמאל די רווחים גייען ארויף העכער א געוויסע סכום – א דריטע (למשל, ‎#5).
              • ✎ שרייבט קלאר ארויס וועלכע וועגן מ'נוצט ווען:
          • שאלה 45ער דארף באצאלן 100% פון די ווערד?

            • 1. יא — דעמאלט באקומט ער באמת גארנישט אקסטרע.
            • 2. ניין
              • וויפיל % דיסקאונט באקומט ער?
                • 1. 10 פראצענט
                • 2. 25 פראצענט
                • 3. 30 פראצענט
                • 4. 50 פראצענט
                • 5. עס ווענדט זיך ווי שנעל ער וועט באצאלן (ריבית אלערט).
          • שאלה 46וואס זענען די פעימענט טערמינען?

            • 1. די גאנצע תיכף ומיד — דאס מיינט אז די יורשים בלייבן שותפים ביז מען באצאלט. (גיי צי די אפשן „אלע קינדער ווערן שותפים")
            • 2. די גאנצע ביז 90 טאג — דאס מיינט אז די ביזנעס באלאנגט גראד פארן קינד, און די געלט ווערט א חוב.
            • 3. א דיפאזיט ביז 90 טאג — דאס מיינט אז די ביזנעס באלאנגט פארן קינד תיכף ומיד, און א געוויסע סכום ווערט באצאלט ביז 90 טאג, און די איבעריגע ווערט א חוב וואס מען דארף באצאלן אין פעימענטס.
              • וויפיל דארף זיין די דיפאזיט?
                • 1. וויפיל לייף אינשורענס מען האט פאר דעם צוועק.
                  • ווער באקומט די אינשורענס פעימענטס?
                    • 1. דאס קינד
                      • וויאזוי נעמט ער די אינשורענס געלט פאר די באצאלונג?
                        • 1. די טאטע האט אים געגעבן די געלט אלס א בענעפיט פון די ביזנעס.
                        • 2. פון זיין געלט.
                    • 2. די טאטע — דעמאלט איז דאך דאס א טייל פון די עסטעיט'ס ירושה — זעט די אפשן „דעם קינד וואס איז אין די ביזנעס, באקומט עס".
              • וואס זענען די פעימענט טערמינען פון די איבעריגע?
                • 1. מען זאל צוטיילן די געלט וואס איז איבערגעבליבן צי צאלן נאכן דיפאזיט, אין גלייכע חלקים, פאר די קומענדיגע 2/5/8 יאר, און יעדע 3/6/12 חדשים זאל מען מאכן א פעימענט, ביז עס איז אפגעצאלט.
                • 2. פון די רווח וואס די ביזנעס פארדינט, דארף גיין 50%/75%/100% דערפון צי באצאלן דעם חוב, ביז עס איז אויסגעצאלט.
          • שאלה 47וואס געשעט אויב מען צאלט נישט א פעימענט אין צייט?

            • 1. אלע פעימענטס ביז דעמאלט ווערן א מתנה, און מען איז צוריק א שותף. (גיי צום אפשן „אלע קינדער ווערן שותפים")
            • 2. מען ווערט צוריק א שותף מיט אזא פראצענט ווי וויפיל מען איז נאך שולדיג. (גיי צום אפשן „אלע קינדער ווערן שותפים")
            • 3. די געלט וואס מ'איז שולדיג ווערט גערעכנט ווי אן הלוואה בהיתר עיסקא (אויב מ'מעג).
            • 4. מען גייט צי דין תורה.
    • 2. ניין

קאפיטל 13די התחייבות

  1. שאלה 48וועלכע סכום זאל זיין די התחייבות (דער חוב) פאר יעדע זוכה באזונדער?

    א ווארט פונעם מדריך: דער חוב איז די הלכה'דיגע מאשינערי וואס גיט די צוואה איר תוקף (זעט די סעיפים "התחייבות פאר די זוכים" אינעם שטר): מען איז זיך מתחייב א גרויסע סכום פאר יעדע זוכה, מיט א תנאי אז אויב די יורשים פאלגן די צוואה איז דער חוב בטל. דער סכום דארף זיין קלאר מער פון וואס א חלק אין די ירושה קען זיין ווערד — אין די שטרות זעט מען פון $3 מיליאן ביז $100 מיליאן, לויט די גרייס פון די פארמעגן.

    • ✎ $
    • נוצן די סכום וואס איר האט אנגעגעבן אלס אייער פארמעגן ווערד

קאפיטל 14קאנפליקט

  1. שאלה 49אויב די יורשים קומען זיך נישט דורך — ווי זאלן זיי גיין זיך אדורכרעדן, און וואו זאלן זיי גיין אויב מען דארף א מכריע?

    א ווארט פונעם מדריך: די ערשטע זאך גייט מען פראבירן זיך צי קומען ביי א מתווך. אויב איז דורך דרייסיג טאג און מען איז זיך נישט דורכגעקומען, גייט מען זיך צי קומען דורך זבל"א, און מען דארף אונטערשרייבן שטרי בירורין ביי די זבל"א. אויב איז דורך דרייסיג טאג פון ווען מען האט געמאלדן אז מען קומט זיך נישט דורך, און מען האט נאך אלץ נישט אונטערגעשריבן קיין שטרי בירורין, איז מען זיך מתחייב צי דן זיין ביי די ב"ד — און יעדער איז זיך מחייב צי פאלגן דעם פסק; ווער עס איז נישט מציית פארלירט זיין חלק אין די ירושה, און זיין חלק זאל ווערן צוטיילט פאר די אנדערע זוכים אין די ירושה.

    • 1. מתווך — קען נישט מחייב זיין — קען נאר פראבירן צוזאם צי ברענגען די צדדים צי די זעלבע מיינונג.
      • ✎ וועם וואלט איר מציע געווען?
    • 2. בורר — קען ארויפצווינגען מיינונגען — דאס מיינט אז מען איז מבטל די אייגענע רעכטן פאר דעם בורר.
      • ✎ וועם וואלט איר מציע געווען?
    • 3. זבל"א פון בעלי בתים. — דאס מיינט אז יעדער וועלט אויס איינעם און די צוויי וועלן אויס א דריטן, און יעדער איז מבטל זיינע רעכטן פאר די דריי, און לויט ווי צוויי פון די דריי האלטן (זייער ביזנעס פארשטאנד) אזוי דארף מען טון.
    • 4. זבל"א פון דיינים. — דאס מיינט אז יעדער וועלט אויס איינעם און די צוויי וועלן אויס א דריטן, און יעדער איז מבטל זיינע רעכטן פאר די דריי, און לויט ווי צוויי פון די דריי האלטן (לויט ווי זיי פארשטייען די הלכה) אזוי דארף מען טון.
    • 5. בית דין קבוע
      • ✎ וועלכע ב"ד וואלט איר מציע געווען?
    • 6. קודם מתווך און נאכדעם בורר
      • ✎ וועם וואלט איר מציע געווען?
    • 7. קודם מתווך און נאכדעם זבל"א פון בעלי בתים (על פי שכל של הבוררים)
    • 8. קודם מתווך און נאכדעם זבל"א פון דיינים (על פי הלכה)
    • 9. קודם מתווך און נאכדעם בית דין קבוע
      • ✎ וועלכע ב"ד וואלט איר מציע געווען?

ווערסיע 1.13 · שמואל לייב פריעד · 845.377.5342 · info@yashrus.com · yashrus.com · גייט צום מדריך