נדברנו
אלעס אינעם מדריך
יעדע שאלה וואס איר און אייער שותף דארפט דורכרעדן – איידער מען גיט זיך די האנט.
14 קאפיטלען · 62 שאלות
קליקט אויף א קעסטל – און עס עפנט זיך ווייטער.
מיר שרייבן "ער" און "זיין" כדי די שאלות זאלן זיין קורץ. אלעס דא גילט פונקט אזוי ווען דער שותף איז א פרוי.
קאפיטל 1
קודם, א ביסל וועגן אייער ביזנעס
פיר קורצע שאלות. אייערע ענטפערס שטעלן אויס דעם וועג.41
וואספארא סארט ביזנעס איז דאס?
51ריעל עסטעיט / דעוועלאפמענטקויפן, בויען, אדער פאררעכטן פראפערטי
2א ביזנעס מיט א פיזישע לאקאציעא געשעפט, א שאפ, א סערוויס, אדער א פאבריק
3אנליין / אי-קאמערס (אמעזאן און ענליכע פלאטפארמעס)פארקויפן אדער באדינען קאסטומערס דורכ׳ן אינטערנעט
4בילינג / סערוויס פראוויידערמעדיקל בילינג, אן אגענטור, אדער סיי וועלכע סערוויס פאר וואס מענטשן צאלן
5אן אנדערע סארטמיר וועלן עס דורכגיין אין אלגעמיינע טערמינען.
2
וואס איז דער מצב פון די ביזנעס היינט?
דער ענטפער שטעלט אויס דעם וועג. ביי א פרישע ביזנעס רעדט מען דורך וויאזוי מען בויט זי אויף. ביי א ביזנעס וואס לויפט שוין – דער מצב היינט צו טאגס: וויפיל יעדער שותף האט שוין אריינגעלייגט, און וועלכע חובות ס׳זענען דא.
31א פרישע ביזנעס – מיר הייבן זי יעצט אן.קלויבט דאס אויס אפילו אויב מ׳האט שוין אריינגעלייגט געלט אדער אנגעהויבן ארבעטן – אבער די ביזנעס איז נאכנישט ריכטיג אויפגעבויט.
2א ביזנעס וואס לויפט שוין – די זעלבע שותפים ווילן יעצט קלאר אויסשטעלן זייער שותפות אויף פאפיר.למשל, שותפים וואס ארבעטן שוין יארן צוזאמען און ווילן יעצט האבן אלעס קלאר אויסגעשריבן.1
איז די ביזנעס שוין ריכטיג אויפגעבויט און ברענגט שוין אריין געלט?2
יא
נאכנישטאין אזא פאל וועלן מיר אויך פרעגן די שאלות איבער׳ן אויפבויען די ביזנעס, און דאס געלט וואס זי דארף נאך.
3א ביזנעס וואס לויפט שוין – און א נייער שותף (אדער פריש געלט) קומט יעצט אריין.למשל, אן אינוועסטער קויפט זיך יעצט אריין אין א ביזנעס וואס לויפט שוין.
3
וועלכע פון די שותפים וועלן ארבעטן אין די ביזנעס טאג-טעגליך?
31אלע שותפים ארבעטן אין די ביזנעס.
2טייל ארבעטן אין די ביזנעס, און טייל לייגן נאר געלט.ווער פונקטליך – דאס וועלן מיר פרעגן שפעטער, נאכדעם וואס איר לייגט אריין די נעמען פון די שותפים.
3קיינער ארבעט נישט טאג-טעגליך – יעדער לייגט נאר געלט (שטילע שותפים).
4
איז שוין אריינגעלייגט געווארן געלט אין די ביזנעס?
21יא, מ׳האט שוין אריינגעלייגט געלט.
2נאכנישט – מיר האלטן נאך גאנץ ביים אנהייב.
קאפיטל 2
דער יסוד
מיר הייבן אן ביים אנהייב: ווער די שותפים זענען, וואס די ביזנעס איז, און – דאס וויכטיגסטע – פארוואס איר טוט דאס צוזאמען.65
ווער זענען די שותפים?
שרייבט אריין די פולע דעטאלן פון יעדן שותף. אויב עס מאכט זיך א סכסוך, אדער נאך 120 יאר, איז קריטיש וויכטיג צו וויסן פונקטליך ווער עס איז געווען א צד צום שותפות. על פי הלכה איז א שותפות צווישן מענטשן, נישט צווישן קאמפאניס – דעריבער דארפן מיר דעם אייגענעם נאמען פון יעדן שותף, אפילו ער חתמ׳עט דורך אן ענטיטי.
1פריוואטער נאמעןנאמען פון פאטער (בן/בת ___)משפחה נאמעןמאן אדער פרוי? (כדי דער אפמאך זאל נוצן די ריכטיגע ווערטער)א מאן – מו״ה ... בן ... הי״וא פרוי – מרת ... בת ... תחי׳אינעם אפמאך וועט ער הייסן:שטאט (אפציאנאל – העלפט אים אידענטיפיצירן אינעם אפמאך)זיין קאמפאני אדער LLC, אויב ער חתמ׳עט דורך איינע (אפציאנאל)+ דער צד באשטייט פון מער ווי איין מענטש – לייגט צו נאך א מענטש+ לייגט צו נאך א שותף
6
איר האט געזאגט אז טייל שותפים ארבעטן אין די ביזנעס און טייל לייגן נאר געלט – ווער ארבעט אין די ביזנעס?
יעצט אז די נעמען זענען שוין אינעם סיסטעם, קליקט אויף זיי. דער ענטפער וועט שפעטער העלפן ביי די שאלות איבער געהאלט.
1✎אדער שרייבט אריין א נאמען…
7
וואס איז די לעגאלע נאמען פון די ביזנעס?
ווען א שותף חתמ׳עט, חתמ׳עט ער פאר זיך און פאר די ענטיטי פון די ביזנעס. דעריבער מוז דער גענויער נאמען פון די ענטיטי שטיין אינעם אפמאך. אויב ס׳איז דא מער ווי איין ענטיטי, שרייבט זיי אלע. אויב די ענטיטי איז נאכנישט אויפגעשטעלט – טשעקט די קעסטל אונטן, און דער אפמאך וועט עס קלאר אויסשרייבן.
3✎די לעגאלע נאמען – למשל, ABC Holdings LLC (אויב ס׳איז דא מער ווי איינע – שרייבט זיי אלע)
✎אויב ס׳איז דא א DBA, שרייבט דא דעם נאמען.
ס׳איז נאך נישטא קיין ענטיטי.
8
וואס פונקטליך טוט די ביזנעס צו מאכן געלט?
דאס ציט די ליניע ארום די שותפות. וואס עס ווערט דא געשריבן – געהערט צו די שותפות. וואס עס ווערט דא נישט געשריבן – קען מען שפעטער זיך קריגן דערויף. עס לייגט אויך דעם יסוד פאר די כללים וועגן די ביזנעס. טראכט וועגן היינט – און וואו איר ווילט וואקסן: איין פלאטפארמע אדער אלע, איין שטאט אדער דאס גאנצע לאנד.
2✎באשרייבט וואס די ביזנעס טוט און וויאזוי זי מאכט געלט – היינט, און וואו איר פלאנט צו וואקסן.
✎וואס געהערט קלאר נישט צו די שותפות? (אפציאנאל) למשל, אן אנדערע ביזנעס פון א שותף וואס מען קען אפשר טראכטען אז עס איז יא חלק פונעם שותפות, אדער א ווערהויז וואס איין שותף פארמאגט פריוואט.
9
וואס איז די מעשה? וויאזוי האט איר באשלאסן צו ווערן שותפים?
די מעשה ווייזט וואס יעדער שותף האט געמיינט ווען ער איז אריין. אויב ס׳מאכט זיך אמאל א סכסוך, איז די מעשה דער שליסל צו פארשטיין די כוונה פון ביידע צדדים. שרייבט עס אין פשוט׳ע ווערטער. שרייבט אויך וואס ביידע צדדים זענען מודה היינט – וויפיל יעדער האט שוין אריינגעלייגט, און אין וואסארא מצב די ביזנעס האלט יעצט.
למשל, ר׳ שמעון האט שוין פינף יאר א ווערהויז ביזנעס אין מאנסי. ר׳ לוי איז זיין לאנגיעריגער קאסטומער. סוף שנת תשפ״ה האבן זיי דורכגערעדט אז ר׳ לוי זאל אריינקומען אלס שותף. ר׳ שמעון ברענגט די ביזנעס אזוי ווי זי שטייט, מיט די קאנטאקטן און די סיסטעמען. ר׳ לוי לייגט אריין $250,000 און וועט פירן די טאג-טעגליכע ארבעט. ביידע זענען מודה אז ביז היינט האט ר׳ שמעון אריינגעלייגט בערך $400,000, אז די ביזנעס האט א קרעדיט ליין פון $100,000, און אז די ביזנעס שטייט היינט מיט שיינע סעילס אבער נאך אן א מענעדזשער. אויף דעם סמך האבן זיי באשלאסן צו ווערן שותפים, ווי עס ווערט דא אויסגעשמועסט.
4✎(א) וויאזוי האט עס זיך אנגעהויבן – ווער האט זיך געטראפן מיט וועמען, און וואס איז געווען דער פלאן?
✎(ב) וואס האט יעדער שותף זיך אונטערגענומען צו געבן – געלט, ארבעט, קאנטאקטן, עקספיריענס?
✎(ג) וואס זענען ביידע צדדים מודה היינט – וויפיל איז שוין אריינגעלייגט געווארן, און אין וואסארא מצב איז די ביזנעס?
✎(ד) נאך עפעס וויכטיג צו די מעשה? (אפציאנאל)
10
ווען הייבט זיך אן די שותפות?
א קלארע דאטום ווען מ׳הייבט אן פארמיידט שפעטער קריגערייען איבער רווחים און הוצאות פון "בעפאר עס האט זיך אנגעהויבן".
31עס הייבט זיך אן ווען מ׳חתמ׳עט דעם אפמאך.
2עס האט זיך שוין אנגעהויבן אין די פארגאנגענהייט.1
✎אין וועלכן טאג האט זיך די שותפות אנגעהויבן?למשל, 03/15/2025
3עס וועט זיך אנהייבן אין א באשטימטע דאטום אין די צוקונפט.1
✎אין וועלכן טאג הייבט זיך אן די שותפות?למשל, 01/01/2027
קאפיטל 3
דער מצב פון די ביזנעס היינט
ביי א ביזנעס וואס לויפט שוין, דינט דער אפמאך אויך אלס א בילד פונעם יעצטיגן מצב: עס רעכנט אויס וואס יעדער שותף האט אריינגעלייגט, די חובות וואס זענען דא, און ווער עס איז פאראנטווארטליך פאר זיי. נומערן וואס ווערן נישט פארצייכנט היינט, זענען די מחלוקת פון מארגן.711
וויפיל האט יעדער שותף אריינגעלייגט אין די ביזנעס ביז היינט?
שרייבט די נומערן וואס אלע שותפים זענען מודה. דאס איז די הויפט שוץ קעגן שפעטערדיגע טענות פון "איך האב דאך אריינגעלייגט מער". "אריינגעלייגט" מיינט סיי געלט און סיי די ווערט פון זאכן (סחורה, מאשינען, עקוויפמענט) – פאר דעם שרייבט די אפגערעדטע ווערט אין דאלארן, און וואס עס איז – אין די נאוטס. אויב א סכום איז נישט קלאר – שרייבט עס אויך אין די נאוטס. א שותף וואס האט גארנישט אריינגעלייגט – לאזט זיין שורה ליידיג, און דער אפמאך וועט עס קלאר ארויסשרייבן.
12
וועלכע חובות האט די ביזנעס היינט? (הלוואות, קרעדיט ליינס, בילס וואס מ׳דארף באצאלן)
21די ביזנעס איז היינט גארנישט שולדיג.
2יא, ס׳זענען דא חובות.2
✎רעכנט אויס די חובות – א שורה פאר יעדן חוב, אזוי ווי א באלאנס שיעט:
ווער טראגט די אחריות פאר די חובות?2
די ביזנעס – און די שותפים טראגן זיי לויט זייער חלק אין די ביזנעס.✓ רוב שותפים נעמען דאס
עפעס אנדערש1
✎ערקלערט:
13
אויב א חוב פון פאר דעם אפמאך קומט שפעטער ארויף און ס׳איז דא נישט אויסגערעכנט – ווער צאלט אים?
21אלע שותפים, יעדער לויט זיין חלק אין די ביזנעס.✓ רוב שותפים נעמען דאס
2דער שותף וואס האט געוויסט דערפון ביים חתמ׳ענען און האט עס נישט אויסגעזאגט. אויב קיין איין שותף האט נישט געוויסט – אלע שותפים, לויט׳ן חלק.
14
האט איינער פון די שותפים אונטערגעשריבן א פערזענליכע גאראנטיע (PG) אויף א הלואה פון די ביזנעס?
א פערזענליכע גאראנטיע (PG) מיינט: אויב די ביזנעס צאלט נישט, קומט די באנק צו דעם שותף אהיים. דער אפמאך מוז זאגן ווער עס שטייט אויף א PG – און וואס געשעט דערמיט ווען די שותפים צעטיילן זיך.
21ניין
2יא3
✎ווער שטייט אויף א PG? (מ׳קען אויסקלויבן מער ווי איינס)
✎אויף וועלכע הלוואות – פאר יעדע באזונדער:למשל, אויף די באנק לאון פון $2,000,000 שטייט נאר צד א׳; אויף די קרעדיט ליין פון $250,000 שטייט נאר צד ב׳...
ווען א שותף וואס שטייט אויף א PG ווערט אויסגעקויפט:2
די אנדערע שותפים מוזן טון אלעס כדי אראפצונעמען זיין נאמען פונעם לאון. ביז דעמאלט טראגט די ביזנעס די אחריות פאר אים.✓ רוב שותפים נעמען דאס
עפעס אנדערש1
✎ערקלערט:
15
איז די ביזנעס שולדיג געלט פאר א שותף – אדער האט א שותף ארויסגענומען מער ווי זיין חלק? (מ׳קען אויסקלויבן מער ווי איינס)
עס קען זיין א געמיש: איין שותף האט געבארגט געלט פאר די ביזנעס, א צווייטער האט ארויסגענומען צופיל, און פאר א דריטן איז די ביזנעס שולדיג זיין אינוועסטמענט. קליקט אן אלעס וואס איז נוגע – יעדער פרט באקומט זיין אייגענעם קלארן סעיף אינעם אפמאך.
41ניין – אלעס איז גלייך.
2יא – א שותף (אדער עטליכע) האבן געגעבן א הלוואה פאר די ביזנעס.2
✎ווער האט געגעבן א הלוואה, און וויפיל? פילט אויס פאר די וואס עס איז נוגע:
ווען ווערט עס צוריקגעצאלט?2
בעפאר מ׳טיילט אויס סיי וועלכע רווחים.✓ רוב שותפים נעמען דאס
לויט אן אויסגעשטעלטן פלאן.1
✎שרייבט דעם פלאן:
3א שותף (אדער עטליכע) האבן ארויסגענומען מער פון די ביזנעס ווי זייער חלק.2
✎ווער האט ארויסגענומען מער, און מיט וויפיל? פילט אויס פאר די וואס עס איז נוגע:
וויאזוי ווערט עס אויסגעגליכן?3
פון די קומענדיגע רווחים – די אנדערע שותפים נעמען קודם ארויס א גלייכע סכום, און ערשט דערנאך צוטיילט מען די איבעריגע רווחים לויט די חלקים.✓ רוב שותפים נעמען דאס
עס ווערט גערעכנט ווי א הלואה וואס דער שותף איז שולדיג פאר׳ן ביזנעס, און ער דארף עס צוריקצאלן.
עפעס אנדערש1
✎ערקלערט:
4יא – א טייל פון די סכומים וואס זענען שוין אויסגערעכנט פריער (אונטער "וויפיל האט יעדער שותף אריינגעלייגט") איז א הלואה וואס די ביזנעס דארף צוריקצאלן.2
✎וועלכע פון די סכומים זענען א הלואה וואס די ביזנעס דארף צוריקצאלן – און וועלכע זענען אן אינוועסטמענט וואס בלייבט אין די ביזנעס?למשל, די געלט פון צד ג׳ איז א הלואה און מען צאלט עס צוריק; די געלט פון צד א׳ און צד ב׳ איז אן אינוועסטמענט...
ווען ווערט עס צוריקגעצאלט?2
בעפאר מ׳טיילט אויס סיי וועלכע רווחים.✓ רוב שותפים נעמען דאס
לויט אן אויסגעשטעלטן פלאן.1
✎שרייבט דעם פלאן:
16
דער נייער שותף אדער אינוועסטער וואס קומט יעצט אריין – וואס לייגט ער אריין, און וואס באקומט ער דערפאר?
דא לייגט מען אראפ די גאנצע דיעל פאר׳ן נייעם שותף: וויפיל ער לייגט אריין, ביז ווען, און וואס ער באקומט דערפאר. ווי קלארער דאס איז, אלס ווייניגער סכסוכים וועט זיין שפעטער. דא שרייבט מען נאר די תנאים פון אריינקומען; ווען און וויאזוי מען לייגט למעשה אריין די געלט, פרעגן מיר שפעטער אונטער "ווער איז פאראנטווארטליך אריינצולייגן די געלט".
7✎(אדער שרייבט עס אין אייערע אייגענע ווערטער:) למשל, צד ג׳ לייגט אריין $3,250,000 – $2,250,000 ביז פסח און $1,000,000 שפעטער – און באקומט דערפאר 20% פון די ביזנעס...
✎(א) ווער איז דער נייער שותף אדער אינוועסטער? (מ׳קען אויסקלויבן מער ווי איינס)
✎(ב) וואס לייגט ער אריין – איין שורה פאר יעדן סכום, צוזאמען מיט׳ן דעדליין:
סכוםביז ווען, אדער אויף וועלכן תנאי – למשל, ביז פסחוויפיל $
✎(ב-2) נאך עפעס וואס ער גיט חוץ געלט? (למשל, עקספיריענס, קאנטאקטן, קאסטומערס – אפציאנאל)
✎(ג) וויפיל פראצענט בעלות באקומט ער דערפאר?%
✎(ג-2) פון ווען אן באלאנגט די בעלות פאר אים?למשל, פון יעצט, באזירט אויף זיין התחייבות.
✎(ד) נאך תנאים פונעם דיעל? (אפציאנאל)
17
די חובות פון פאר׳ן אריינקומען פונעם נייעם שותף – איז ער אויך פאראנטווארטליך דערויף?
51יא – ער נעמט די ביזנעס אזוי ווי זי איז, מיט וואס זי פארמאגט און מיט וואס זי איז שולדיג.
2ניין – די אלטע חובות בלייבן ביי די אלטע שותפים. דער נייער שותף איז נאר פאראנטווארטליך פאר וואס עס געשעט פון היינט און ווייטער.✓ רוב שותפים נעמען דאס
3ניין – אויסער געוויסע חובות וואס זענען פריער אויסגערעכנט. פאר די יא.1
✎פאר וועלכע פון די אויסגערעכנטע חובות איז ער יא פאראנטווארטליך? (קליקט אן)
4די ביזנעס צאלט די אלטע חובות – אבער נאר פונעם חלק רווחים פון די אלטע שותפים. דעם נייעם שותף׳ס חלק רירט מען נישט אן.
5עפעס אנדערש1
✎ערקלערט:
קאפיטל 4
ווער פארמאגט וואס – און ווער טראגט דעם הפסד
דאס קלארט אויס וויפיל פראצענט יעדער שותף פארמאגט, און ווער עס טראגט דעם הפסד אויב, ח״ו, די ביזנעס פאלט דורך.318
פונקטליך וויפיל פראצענט פארמאגט יעדער שותף?
דאס איז דער יסוד פון אלעס וואס קומט שפעטער – רווחים, הפסדים, שטימען, אויסקויפן – אויסער אויב מען ענטפערט שפעטער אנדערש אויף יענע שאלות (למשל, שטימען קען מען אויסשטעלן אנדערש ווי די בעלות). שרייבט דעם פונקטליכן פראצענט פאר יעדן שותף. דער סך הכל מוז זיין 100%.
31גלייך צווישן אלע שותפים.קליקט דאס אן, און די פראצענטן פילן זיך אויס אליין.
2נישט גלייך – אט זענען די פראצענטן:פילט אויס דעם פראצענט פאר יעדן שותף. דער סך הכל מוז קומען צו 100%.1
✎פארוואס איז עס נישט גלייך-אויף-גלייך? (א פאר ווערטער)למשל, צד א׳ לייגט אריין די געלט; צד ב׳ ברענגט די ארבעט און די קאסטומערס
3עס בלייבט נישט ביי איין פיקס נאמבער – עס גייט לויט די רווחים.ווען מ׳דארף באשליסן די בעלות, רעכנט מען אויס די דורכשניטליכע פראצענט פון די רווחים וואס יעדער צד האט באמת באקומען פון די ביזנעס אין די לעצטע דריי יאר – און דאס איז יעדן צד׳ס חלק אין די בעלות. ווארענונג: דאס איז נאר פאסיג וואו די חלוקה פון די רווחים איז קלאר באשטימט און ווערט שטענדיג אויסגעפירט – ווייל ווער עס באשליסט וויפיל ריווח מ׳נעמט ארויס, קען אזוי ארום משפיע זיין אויף די בעלות אליין. רעדט עס דורך מיט א דיין פאר׳ן דאס אויסקלויבן.
19
די חלוקה פון די רווחים – איז עס די זעלבע אין יעדן פאל: די לויפנדע רווחים, געלט וואס מ׳נעמט ארויס נאך א ריפיינענס אדער א באנק לאון, און ווען מ׳פארקויפט די ביזנעס?
רוב שותפים זאגן "אוודאי". אבער דאס מוז זיין קלאר פון אנהייב. אין איין פאל האט א געלט-שותף אריינגעלייגט $5,000,000 פאר 50% פון אן אמעזאן ביזנעס. די ביזנעס איז פארקויפט געווארן פאר $125,000,000. דער געלט-שותף האט פארלאנגט די העלפט. דער שותף וואס ארבעט האט געזאגט אז די 50% זענען געווען נאר פאר די לויפנדע רווחים – נישט ביי א פארקויף.
21יא – די זעלבע חלוקה איבעראל.✓ רוב שותפים נעמען דאס
2ניין – עס איז אנדערש ביי א פארקויף.2
✎וואס איז די חלוקה ביי א פארקויף?
✎און פארוואס איז עס אנדערש?
20
אויב איין שותף דארף אריינלייגן מער געלט ווי דער אנדערער, און די ביזנעס ארבעט זיך נישט אויס – ווער טראגט דעם הפסד?
די שווערסטע שאלות דארף מען פרעגן ווען אלעס פארט גוט. דאס איז פונקט די ריכטיגע צייט. אן אן ענטפער דא, ווערט א דורכגעפאלענע ביזנעס א מחלוקת צי דער שותף וואס ארבעט איז עפעס שולדיג דעם געלט-שותף.
41נאר די ביזנעס איז פאראנטווארטליך – קיין שותף איז נישט פערזענליך מחויב.
2יעדער שותף איז פערזענליך אחראי לויט זיין פראצענט אין די רווחים.אויב נאר איין שותף לייגט אריין געלט – מאכט זיכער מיט א דיין אז עס איז נישט דא קיין חשש ריבית.
3איין שותף איז פערזענליך אחראי אויף אלע געלט וואס מען לייגט אריין.1
✎וועלכער שותף? (קליקט אויף א שותף)
4נאר די ביזנעס איז אחראי – חוץ פאר הלואות פון א באנק אדער "הארד מאני" וואו איין שותף האט גענומען פערזענליכע אחריות.פאר אזא סארט הלואה איז יעדער שותף פערזענליך פאראנטווארטליך לויט זיין חלק אין די ביזנעס.✓ רוב שותפים נעמען דאס
קאפיטל 5
אויפבויען די ביזנעס
א ביזנעס בויט זיך נישט אליין. דא ווערט אויסגעשמועסט ווער עס איז פאראנטווארטליך זי אויפצובויען, וואס מיינט "אויפגעבויט", און וויפיל צייט און געלט מ׳דארף אריינלייגן.521
ווער איז פאראנטווארטליך צו זען אז די ביזנעס ווערט ריכטיג אויפגעבויט?
41אלע שותפים גלייך.
2איינער אדער עטליכע – אבער נישט אלע.1
✎ווער? (מ׳קען אויסקלויבן מער ווי איינס)
3אלע שותפים זענען פאראנטווארטליך – אבער יעדער אויף זיין אייגענעם חלק.1
✎ווער איז פאראנטווארטליך אויף וואס? שרייבט יעדן שותף׳ס חלק נעבן זיין נאמען (למשל, קאנסטראקשן; געלט און באנקינג):זיין חלק פון די אחריות
4נישט נוגע – די ביזנעס איז שוין ריכטיג אויפגעבויט (למשל, א ביזנעס וואס לויפט שוין עטליכע יאר און פארדינט שיין).
22
וואס מיינט "ריכטיג אויפגעבויט" ביי אייער ביזנעס?
אן א קלארע דעפיניציע וועט איין שותף האלטן אז מען האלט שוין "דארט", און דער צווייטער וועט האלטן אז מען איז נאך אינדערמיט. מ׳קען אויסקלויבן מער ווי איין זאך – אלע אויסגעקליבענע זאכן צוזאמען זענען דער ציל.
71מען דארף שוין נישט אריינלייגן קיין נייע געלט.
2עס איז דא גענוג קעש אין די קאסע אויף עטליכע חדשים.1
✎וויפיל חדשים? (3 / 6 / 12)
3מען האט שוין כאטש איין מאל ארויסגענומען רווחים.2
✎וויפיל רווחים?למשל, $100,000
✎אין וואסארא צייט אפשניט?למשל, 6 חדשים
4עס זענען דא סעילס פון א געוויסע סכום.2
✎וויפיל?$
✎פער וואסארא צייט אפשניט? (א חודש / א יאר / אינגאנצן)
5עס איז גרייט צו פארקויפן.
6עס איז דא א סקעדזשועל אדער פראזשעקשאן, און מען האלט זיך דערצו.1
✎לייגט אראפ דעם סקעדזשועל – אדער וואו עס געפינט זיך (למשל, די פראזשעקשאן שיט פון ___ וואס אלע שותפים האבן באשטעטיגט דורך אימעיל):
7אלע שותפים האבן שוין צוריקבאקומען די געלט וואס זיי האבן אריינגעלייגט.
23
ווי לאנג וועט עס נעמען ביז די ביזנעס איז ריכטיג אויפגעבויט?
דאס עפנט די אויגן אז זאכן נעמען צייט – און צייט קאסט געלט. א גוטע עצה פון די עקספיריענס: ווי לאנג איר שאצט – דאפלט עס.
21א באשטימטע צאל חדשים.2
✎וויפיל חדשים? (געדענקט – דאפלט עס.)
✎(אפציאנאל) אויב מ׳איז שפעט – ביז ___ חדשים נאכ׳ן דעדליין פאסירט נאך גארנישט.
2עס איז דא א סקעדזשועל אדער פראזשעקשאן, און מען מוז זיך האלטן דערצו.1
✎לייגט אראפ דעם סקעדזשועל – אדער וואו עס געפינט זיך (למשל, די פראזשעקשאן שיט פון ___ וואס אלע שותפים האבן באשטעטיגט דורך אימעיל):
24
וואס פאסירט אויב די ביזנעס איז נאכנישט ריכטיג אויפגעבויט ביז יענע צייט?
31גארנישט אויטאמאטיש – די שותפים זעצן זיך צוזאמען און באשליסן; אויב זיי קענען זיך נישט פארגלייכן, גייט מען לויט דעם קאנפליקט-מהלך.✓ רוב שותפים נעמען דאס
2די כללים פון "אויב א שותף וויל מער נישט" ווערן אקטיוו – יעדער שותף קען פארלאנגען צו גיין לויט יענע כללים.
3עפעס אנדערש1
✎ערקלערט:
25
וויפיל געלט וועט די ביזנעס דארפן? – דריי קורצע שאלות, פשוט צו מאכן טראכטן.
די שאלות זענען נאר געמאכט דורכצוטראכטן וויפיל געלט מען וועט דארפן ביי יעדע שטאפל פון די ביזנעס – כדי צו קענען אנקומען צום ריכטיגן סכום ביי די קומענדיגע שאלות, וואו יעדער שותף נעמט זיך אונטער וויפיל ער וועט אריינלייגן. די ענטפערס דא גייען נישט אריין אין דעם אפמאך. א נייע ביזנעס דארף דריי סארטן געלט: געלט ביז מ׳קען שיקן דעם ערשטן אינוואויס, געלט ביז די ביזנעס קען זיך אליין אויסהאלטן, און געלט ביז זי איז אינגאנצן אויפגעבויט. רוב מענטשן האבן קיין אנונג וויפיל זיי וועלן דארפן – ביז זיי זעצן זיך אוועק און רעכענען עס אויס.
3✎(א) וויפיל געלט וועט מען דארפן כדי צו עפענען די טירן און שיקן דעם ערשטן אינוואויס?
✎(ב) וויפיל געלט וועט מען דארפן פון ווען די ביזנעס הייבט אן, ביז די ביזנעס קען זיך אליין אויסהאלטן?$
✎(ג) וויפיל געלט וועט מען דארפן כדי צו ברענגען די ביזנעס צו זיין אינגאנצן אויפגעבויט ביז די צייט וואס מען האט פריער באשטימט?$
קאפיטל 6
די געלט
געלט איז די חיות פון א ביזנעס און דער שורש פון רוב מחלוקת׳ן. דא ווערט יעדער פרט קלאר געמאכט: ווער ברענגט עס, וויפיל, אין וועלכן סדר, און וואס פאסירט אויב איינער הערט אויף.626
ווער איז פאראנטווארטליך אריינצולייגן די געלט?
דא ענטפערט מען נאר ווער – וויפיל, און אין וועלכע שטאפלען, קומט אין די נעקסטע שאלה. א מעשה שהיה: דריי ברידער האבן געעפנט א פאבריק. דער דריטער איז אריין אלס דער געלט-שותף מיט "איך לייג אריין וויפיל עס דארף". ביי $600,000 האט ער אויפגעהערט – "קיינער האט מיר נישט געזאגט אז עס וועט נעמען אזויפיל". א פערטער שותף איז אריין מיט $250,000… און ביי $3,000,000 האט די ביזנעס נאך אלץ נישט געמאכט קיין דאלאר. קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט "ביז וויפיל".
31אלע שותפים גלייך.
2יעדער שותף לויט זיין חלק אין די ביזנעס.
3איינער (אדער עטליכע) לייגן אריין דעם גאנצן סכום.2
✎ווער? (מ׳קען אויסקלויבן מער ווי איינס)
✎אויב עס זענען דא עטליכע וואס לייגן אריין, וויפיל פראצענט פון די גאנצע התחייבות טראגט יעדער איינער? (דער סך הכל מוז זיין 100%; לאזט ליידיג אויב עס איז נאר דא איין מענטש וואס לייגט אריין.)%
27
ביז וועלכן סכום איז מען מחויב אריינצולייגן?
אן התחייבות דארף האבן א לימיט; אן דעם ווייסט קיינער נישט ווען זיין חלק איז פארטיג. די בעלות ווערט שוין גלייך אינגאנצן איבערגעשריבן באזירט אויף די התחייבות. וואס עס פאסירט אויב איינער לייגט למעשה נישט אריין, ווערט אפגעמאכט עטליכע שאלות שפעטער.
31וויפיל עס דארף – ביז די ביזנעס איז ריכטיג אויפגעבויט."ריכטיג אויפגעבויט" מיינט די צילן וואס מ׳האט אפגעמאכט ביי "וואס מיינט ריכטיג אויפגעבויט" – דער זעלבער אפטייטש, נישט קיין נייער.
2עס איז דא א מאקסימום לימיט.3
✎וואס איז די דאזיגע מאקסימום לימיט?$
אויב די ביזנעס דארף מער ווי דאס – ווער ברענגט די איבעריגע געלט?5
יעדער שותף, לויט זיין חלק אין די ביזנעס.
יעדער שותף דעם זעלבן סכום.
נאר די אנדערע שותפים. דער שותף וועמענס התחייבות האט געהאט א לימיט, בלייבט ביי זיין לימיט.למשל, דער אינוועסטער האט זיך אונטערגענומען $1,000,000 פאר יעדע שטאפל. שטאפל 3 דארף $1,500,000. די אנדערע שותפים ברענגען די איבעריגע $500,000, לויט זייערע חלקים.
קיינער מוז נישט. ווער עס וויל, מעג.
מ׳מעג אריינברענגען א נייעם שותף – אפילו אויב א שותף איז דערקעגן – און דער חלק פון יעדן ווערט קלענער.
אויב איין שותף ברענגט די איבעריגע געלט און א צווייטער נישט – וואס באקומט דער וואס ברענגט?3
א גרעסערן חלק אין די ביזנעס.
רווחים אויף זיין געלט דורך א היתר עיסקא (דער כשר׳ער וועג צו פארדינען אויף געלט וואס ליגט אין די ביזנעס).✓ רוב שותפים נעמען דאס1
וויפיל פראצענט א יאר?2
טרעזשורי 10-יעריגע + 10% א יאר, פאר די צייט וואס די געלט בלייבט אין די ביזנעס.✓ רוב שותפים נעמען דאס
אן אנדערע רעיט:1
✎וויפיל פראצענט א יאר?למשל, 12% א יאר
גארנישט עקסטרא. עס איז א הלואה, און די ביזנעס צאלט עס צוריק קודם.
3די געלט ווערט אריינגעלייגט אין שטאפלען (סטעידזשעס): נישט אלע געלט אויפאיינמאל. ביי יעדע שטאפל פון די ביזנעס נעמט מען זיך אונטער אריינצולייגן ביז א געוויסע סומע.4
✎ביי די שטאפלען: וואס איז די סימן אדער ציל פון יעדע שטאפל, און וואס איז די מאקסימום סומע וואס מ׳איז מחויב אריינצולייגן ביי יענע שטאפל?
שטאפלדי סימן אדער ציל פון די שטאפל – למשל, ווען מיר חתמ׳ענען דעם אפמאךביז $
אויב א שטאפל דארף מער ווי איר סומע – ווער ברענגט די איבעריגע געלט?5
יעדער שותף, לויט זיין חלק אין די ביזנעס.
יעדער שותף דעם זעלבן סכום.
נאר די אנדערע שותפים. דער שותף וועמענס התחייבות האט געהאט א לימיט, בלייבט ביי זיין לימיט.למשל, דער אינוועסטער האט זיך אונטערגענומען $1,000,000 פאר יעדע שטאפל. שטאפל 3 דארף $1,500,000. די אנדערע שותפים ברענגען די איבעריגע $500,000, לויט זייערע חלקים.
קיינער מוז נישט. ווער עס וויל, מעג.
מ׳מעג אריינברענגען א נייעם שותף – אפילו אויב א שותף איז דערקעגן – און דער חלק פון יעדן ווערט קלענער.
אויב איין שותף ברענגט די איבעריגע געלט און א צווייטער נישט – וואס באקומט דער וואס ברענגט?3
א גרעסערן חלק אין די ביזנעס.
רווחים אויף זיין געלט דורך א היתר עיסקא (דער כשר׳ער וועג צו פארדינען אויף געלט וואס ליגט אין די ביזנעס).✓ רוב שותפים נעמען דאס1
וויפיל פראצענט א יאר?2
טרעזשורי 10-יעריגע + 10% א יאר, פאר די צייט וואס די געלט בלייבט אין די ביזנעס.✓ רוב שותפים נעמען דאס
אן אנדערע רעיט:1
✎וויפיל פראצענט א יאר?למשל, 12% א יאר
גארנישט עקסטרא. עס איז א הלואה, און די ביזנעס צאלט עס צוריק קודם.
וואס טוט זיך אויב א שותף לייגט נישט אריין זיין געלט פאר א געוויסע שטאפל?3
די אנדערע שותפים קענען אויסקויפן דעם שותף וואס האט נישט געצאלט, דורך צוריקגעבן די געלט וואס ער האט שוין אריינגעלייגט. אבער אויב דער שותף ברענגט די געלט בעפאר מ׳האט אים אויסגעקויפט – אפילו אויב ער איז שפעט – ווערט עס גערעכנט אז ער האט מקיים געווען זיין התחייבות.
די אנדערע שותפים לייגן אריין די געלט, און ווער עס לייגט עס אריין באקומט רווחים דורך א היתר עיסקא (טרעזשורי 10-יעריגע + 10%) פאר די צייט וואס די געלט בלייבט אין די ביזנעס.
זיין חלק אין די בעלות ווערט איבערגערעכנט לויט די סומע וואס ער האט בפועל אריינגעלייגט קעגן די גאנצע התחייבות.
28
איז די שותפות געבויט אויף דעם חשבון אז מ׳וועט נעמען א הלואה פון באנק?
א שותפות וואס ווענדט זיך אין א באנק הלואה דארף האבן א "פלאן בי" פון אנהייב אן. דאס איז די וויכטיגסטע ביי קאנסטראקשן (א קאנסטראקשן לאון, דערנאך א ריפיינענס), ביי א פאבריק (פינאנצירן די מאשינען), און ביי סטעפינג (די פעיראל איז וועכנטליך, אבער די געלט קומט אריין חדשים שפעטער).
21ניין, די שותפות איז נישט געבויט אויף א באנק הלואה.
2יא2
✎וועלכע הלואות, און ווען? – איין שורה פאר יעדע הלואה:
הלואהפאר וואס, און ווען – למשל, א קאנסטראקשן לאון ווען מיר הייבן אן בויעןבערך וויפיל $
וואס פאסירט מיט די שותפות אויב די באנק באשטעטיגט נישט די הלואה?4
מ׳זוכט אנדערע מקורות, ווי למשל פריוואטע הלואות, הארד מאני, אדער אן אינוועסטער.1
✎ווער איז פאראנטווארטליך צו זוכן די דאזיגע אנדערע מקורות? (אפציאנאל)
די שותפים לייגן אליין אריין די געלט, לויט די זעלבע כללים ווי ביי "ווער איז פאראנטווארטליך אריינצולייגן די געלט".
די שותפות ווערט אויפגעלעזט, לויט די תקנות פון דעם אפמאך וויאזוי שותפים טיילן זיך אפ.
עפעס אנדערש1
✎ערקלערט:
29
וואס איז די סדר פון אריינלייגן די געלט – ווען און וויאזוי קומט עס למעשה אריין?
דאס שטעלט אויס דעם קעש-פלאו – איינע פון די גרעסטע קאפווייטאגן פון א נייע ביזנעס. אויב מ׳האט אפגעמאכט אויף שטאפלען ביי די שאלה פון "ביז וועלכן סכום", ארבעטן די צוויי שאלות אינאיינעם: די שטאפלען זאגן די מאקסימום סומע, און דא פסק׳נט מען ווען און וויאזוי די געלט ווערט אריינגעלייגט אין די ראמען פון יענע שטאפלען.
41עס איז דא א קעש-פלאו פראזשעקשאן, און מ׳מוז אריינלייגן געלט לויט דעם פלאן.1
✎שרייבט אראפ דעם פלאן, אדער צייכנט אן וואו מ׳קען עס געפינען:
2מ׳מוז האלטן א געוויסע סומע אין באנק; אויב די באלאנס פאלט נידריגער פון דעם, מוז מען צולייגן נאך געלט.1
✎וואס איז די סומע וואס מ׳מוז שטענדיג האלטן אין באנק?$
3ווען מ׳גיט א מעלדונג אז מ׳דארף געלט, מוז מען עס אריינלייגן אינערהאלב א געוויסע צאל טעג.✓ רוב שותפים נעמען דאס2
✎ווער גיט איבער די מעלדונג?אדער שרייבט אריין א נאמען (למשל, דער בוקיפער)…
✎אינערהאלב וויפיל טעג? (7 / 15 / 30 / 90)
4אלע געלט מוז גלייך אריינגעלייגט ווערן אין די ביזנעס.אויב מ׳האט אפגעמאכט אויף שטאפלען, מיינט דאס: די גאנצע סומע פאר יעדע שטאפל, איינמאל מ׳האלט ביי יענע שטאפל.
30
וואס טוט זיך אויב א שותף וויל מער נישט – ער הערט אויף צו געבן זיין געלט אדער זיין ארבעט – פאר די ביזנעס איז שוין ריכטיג אויפגעבויט?
די שאלה איז די שווערסטע – און די וויכטיגסטע. יעדער שותף האט געמאכט זיין שריט צוליב די התחייבות פונעם צווייטן. דער שותף וואס ארבעט האט זיך אריינגעווארפן ווייל מ׳האט אים צוגעזאגט געלט. דער געלט-שותף האט אריינגעלייגט זיין געלט ווייל מ׳האט אים צוגעזאגט ארבעט. ביידע האבן עפעס איבערגעלאזט. וואס טוט זיך אלזא ווען איינער פון זיי הערט אויף? ("ריכטיג אויפגעבויט" מיינט דאס וואס איר האט פריער אפגעמאכט.)
61ער מעג. ער בלייבט א שותף, מיט א חלק לויט די געלט וואס ער האט למעשה אריינגעלייגט.
2ער מעג נישט – סיידן ער גיט אפ זיין חלק. ער באקומט צוריק נאר די געלט וואס ער האט אריינגעלייגט.1
✎ווען באקומט ער עס צוריק? – דאס פרעגן מיר אין די נעקסטע שאלה.
3ער מעג נישט אוועקגיין אן רשות פאר מ׳דערגרייכט דעם ערשטן ציל. אויב ער גייט סיי ווי אוועק, נעמט די ביזנעס איינעם צו טון זיין ארבעט – באצאלט פון דעם חלק רווחים וואס וואלט געגאנגען צו אים. אויסנאמען: אן אונס וואס איז נישט אין זיין האנט, אדער אויב ער איז, ח״ו, קראנק.
4ער מעג נישט – סיידן ער גיט אפ זיין חלק און אויך די געלט וואס ער האט שוין אריינגעלייגט.
5ער מעג נישט – סיידן ער גיט אפ זיין חלק און דעקט פערזענליך די געלט פונעם צווייטן שותף, אויב יענע געלט קען מען נישט ארויסנעמען פון די ביזנעס אן אים.
6עס ווענדט זיך וועלכער שותף.1
✎פאר יעדן שותף, קלויבט אויס דעם כלל וואס איז נוגע צו אים:
31
ווען באקומט דער שותף וואס גייט אוועק צוריק די געלט וואס ער האט אריינגעלייגט?
51מען מוז עס צוריקגעבן גלייך.אויב מ׳געט עס נישט צוריק אינערהאלב די ערשטע זעקס חדשים, בלייבט ער א שותף לויט א קלארן חשבון (זעט דעם נוסח).
2מען מוז עס אויסצאלן אינערהאלב דרייסיג טעג, און פון דעמאלט אן לויפט עס אונטער א היתר עיסקא ביז מ׳באקומט עס.
3פון די ערשטע רווחים פון די ביזנעס.
4ווען מ׳געפינט אן אנדערן אינוועסטער.
5די שותפים וואס זענען געבליבן אין די ביזנעס קענען דעמאלט באשליסן וועלכע פון די פיר אפציעס צו נעמען.1
אויב די איבריגע שותפים מעלדן נישט זייער באשלוס אינערהאלב דרייסיג טעג, וועלכע אפציע איז די דעפאלט?4
גלייך (מיט׳ן זעקס-חדשים חשבון).
אינערהאלב דרייסיג טעג, נאך וואס עס הייבט אן צו גיין אונטער א היתר עיסקא.✓ רוב שותפים נעמען דאס
פון די ערשטע רווחים.
ווען מ׳געפינט אן אינוועסטער (מיט די 12-חדשים תנאי).
קאפיטל 7
געהאלט פאר שותפים וואס ארבעטן
דאס שטעלט פעסט ווער עס ארבעט אין די ביזנעס, און צי זיי באקומען דערפאר א געהאלט אדער נאר זייער חלק אין די רווחים.232
איז דא א שותף וואס באקומט א געהאלט פאר זיין ארבעט?
א געהאלט איז באצאלט פאר ארבעט. א חלק אין די רווחים איז באצאלט פאר בעלות. האלט די צוויי באזונדער, אנדערש ווערט יעדע אויסצאלונג א מחלוקת. צוויי כללים פון די פראקטיק: שותפים וואס ארבעטן פול-טיים נאר פאר׳ן ביזנעס זאלן באקומען די זעלבע געהאלט – דאס היט אפ פון טענות ווי "איך ארבעט מער פון דיר". און אן ארבעטעדיגער שותף וואס באקומט גארנישט קיין געהאלט, ספעציעל נאכדעם וואס דער געלט-שותף האט שוין צוריקבאקומען זיין געלט, איז א רעצעפט פאר צרות. (ביי א סיום האט זיך איין שותף באקלאגט פאר מיר: "ער ארבעט ווען ער וויל; איך זיץ אין אפיס א גאנצן טאג." האב איך אים געבעטן אויסצורעכענען וויפיל זיין שותף וואלט פארדינט אלס א סעילסמאן אויף קאמישאן. ער האט געמאכט דעם חשבון – און געזאגט: "לאמיר ווייטער נעמען די זעלבע.")
21ניין. קיין שותף נעמט נישט קיין געהאלט. די שותפים לעבן נאר פון די רווחים.פאסט ווען אלע ארבעטן בערך גלייך, און די רווחים ווערן אפט אויסגעטיילט.
2יא.דעמאלט קומען די קורצע שאלות אונטן, איינס נאכ׳ן אנדערן.6
✎1. ווער באקומט א געהאלט? (קליקט אויף די שותפים)
2. באקומען זיי אלע די זעלבע געהאלט?2
יא – איין געהאלט פאר יעדן וואס ארבעט פול-טיים פאר די ביזנעס.✓ רוב שותפים נעמען דאס
ניין – יעדער שותף האט זיין אייגענע סומע.דעמאלט ווערן די סומעס אונטן געפרעגט פאר יעדן שותף באזונדער.
3. וויאזוי ווערט די געהאלט באשטימט? קלויבט אויס איין וועג:8
א פעסטע סומע
א וועכנטליכע סומע וואס וואקסט מיט די ביזנעס, אין שטאפלען. יעדע שטאפל האט א מינימום און א מאקסימום.די פיר שטאפלען זענען מיט כוונה זייער אייגענע דעפיניציעס – נישט געבונדן צו "ריכטיג אויפגעבויט" אדער סיי וועלכן אנדערן טערמין אינעם אפמאך – כדי דער שותף וואס ארבעט זאל נישט בלייבן שטעקן ביים מינימום ביז יעדער שותף האט צוריק זיין געלט. איר קענט טוישן וואס יעדע שטאפל מיינט. די געווענליכע בוקיפינג פאר דעם מאדעל: דער מינימום איז א ביזנעס עקספענס; אלעס דערויף איז א דראו (אויפ׳ן חשבון פון זיין חלק אין די רווחים).✓ רוב שותפים נעמען דאס2
די פיר שטאפלען – א מינימום און א מאקסימום א וואך פאר יעדע:
| שטאפל | מינימום א וואך | מאקסימום א וואך |
|---|---|---|
| שטאפל 1 – די ביזנעס דארף נאך פרישע געלט פון די שותפים, ווי זיי האבן זיך אונטערגענומען. | למשל, $1,000 | למשל, $1,500 |
| שטאפל 2 – די ביזנעס דארף שוין נישט קיין פרישע געלט. זי האלט זיך אליין אויס. | למשל, $1,500 | למשל, $2,200 |
| שטאפל 3 – די ביזנעס טיילט שוין אויס רווחים צו די שותפים. | למשל, $2,000 | למשל, $3,000 |
| שטאפל 4 – אלע שותפים האבן צוריקבאקומען כאטש וואס זיי האבן אריינגעלייגט. | למשל, $2,500 | למשל, $4,000 |
וואס הייבט די געהאלט פונעם מינימום צום מאקסימום? קלויבט אויס איינס, און פילט דערנאך אויס איין נומער פאר יעדע שטאפל – די שטאפלען קומען פון אויבן.2
דער נעט ריווח אלס א פראצענט פון די גראוס סעילס. (נעט ריווח = פארדינסט בעפאר טעקסעס, לויט די ביכער פון די ביזנעס.) אונטער דעם נומער איז די געהאלט ביים מינימום פון יענע שטאפל. ביי דעם נומער אדער העכער – דער מאקסימום.1
איין פראצענט פאר יעדע שטאפל:
| שטאפל | דער נעט ריווח איז לכל הפחות __% פון די גראוס סעילס |
|---|---|
| שטאפל 1 – דארף נאך פרישע געלט | למשל, 5% |
| שטאפל 2 – האלט זיך אליין אויס | למשל, 8% |
| שטאפל 3 – טיילט שוין אויס רווחים | למשל, 10% |
| שטאפל 4 – יעדער האט צוריק זיין געלט | למשל, 12% |
די רווחים וואס די שותפים האבן צוזאמען ארויסגענומען אין די לעצטע פיר קווארטאלן. (געהאלטן פון דעם קאפיטל רעכענען זיך נישט.) אונטער דעם נומער איז די געהאלט ביים מינימום פון יענע שטאפל. ביי דעם נומער אדער העכער – דער מאקסימום.1
איין סכום פאר יעדע שטאפל:
| שטאפל | די רווחים וואס מ׳האט ארויסגענומען אין די לעצטע פיר קווארטאלן זענען לכל הפחות $ |
|---|---|
| שטאפל 1 – דארף נאך פרישע געלט | למשל, $100,000 |
| שטאפל 2 – האלט זיך אליין אויס | למשל, $250,000 |
| שטאפל 3 – טיילט שוין אויס רווחים | למשל, $500,000 |
| שטאפל 4 – יעדער האט צוריק זיין געלט | למשל, $1,000,000 |
איין וועכנטליכע סומע. אן שטאפלען.1
✎וויפיל א וואך?למשל, $2,000 א וואך
לויט צייט
לויט די שעה – פאר א שותף וואס ארבעט פארט-טיים, ווען די ביזנעס קען זיך עס פארגינען.1
✎וויפיל $ א שעה? (אדער שרייבט: די שותפים וועלן עס אפמאכן צווישן זיך.)
לויט רעזולטאטן
לויט די סעילס. א באזע-געהאלט ביי א געוויסע סומע יערליכע סעילס, פלוס א צוגאב פאר יעדן איבעריגן מיליאן סעילס.3
✎ביי וועלכע יערליכע סעילס הייבט זיך אן די באזע-געהאלט?למשל, $18,000,000
✎וויפיל איז דעמאלט די באזע-געהאלט, א יאר?למשל, $240,000
✎פאר יעדע איבעריגע $1,000,000 סעילס – וויפיל קומט צו א יאר?למשל, $12,500
לויט דעם יערליכן נעט ריווח. א באזע-געהאלט ביי א געוויסע סומע יערליכן נעט ריווח, פלוס א צוגאב פאר יעדע איבעריגע $500,000 נעט ריווח.3
✎ביי וועלכן יערליכן נעט ריווח הייבט זיך אן די באזע-געהאלט?למשל, $1,000,000
✎וויפיל איז דעמאלט די באזע-געהאלט, א יאר?למשל, $125,000
✎פאר יעדע איבעריגע $500,000 נעט ריווח – וויפיל קומט צו א יאר?למשל, $25,000
א פראצענט פון די רווחים וואס די שותפים נעמען ארויס, מיט א יערליכן מינימום. דער חשבון הייבט זיך אן פריש יעדעס יאר. (פאסט פאר א שותף וואס פירט די ביזנעס אלס דער CEO.)2
✎וויפיל פראצענט?למשל, 20%
✎וויפיל איז דער יערליכער מינימום?למשל, $300,000
לויט דעם מארקעט
וויפיל עס וואלט געקאסט צו נעמען איינעם אנדערש פאר זיין ארבעט. ער ווערט באצאלט וויפיל די ביזנעס וואלט באצאלט א פרעמדן ארבעטער פאר די זעלבע ארבעט. אויב די שותפים קענען זיך נישט פארגלייכן אויף דעם נומער, ברענגט יעדער צד אן עקספערט, די צוויי קלויבן אויס א דריטן, און מ׳נעמט דעם מיטלסטן נומער.1
✎וואס פאר ארבעט טוט ער אליין?למשל, ער באהאנדלט די פאציענטן
אייער אייגענער וועג
עפעס אנדערש – באשרייבט עס.1
✎באשרייבט עס:למשל, צד א׳ ארבעט בערך 25 שעה א וואך פאר די ביזנעס נעבן זיין אנדערע ביזנעס, און נעמט דארט אויך א געהאלט…
4. פון ווען?3
גלייך, ווען די ביזנעס הייבט זיך אן.
ווען די ביזנעס איז ריכטיג אויפגעבויט.
נאכדעם וואס דער געלט-שותף האט צוריקבאקומען די געלט וואס ער האט אריינגעלייגט.
5. וויאזוי ווערט די געהאלט גערעכנט אין די ביכער?4
א ביזנעס עקספענס, ווי רענט. עס גייט אראפ פון אויבן, בעפאר די רווחים.✓ רוב שותפים נעמען דאס
א דראו. עס ווערט גערעכנט אויפ׳ן חשבון פון זיין אייגענעם חלק אין די רווחים.
יעצט אן עקספענס, שפעטער א דראו. עס גייט אראפ פון אויבן ביז די ביזנעס ווייזט א ריווח; איינמאל דער ריווח קען עס טראגן, גייט עס אויפ׳ן חשבון פון זיין חלק אין די רווחים.
א טייל עקספענס, א טייל דראו – מיט א דאלאר-ליניע.1
✎וויפיל דאלאר א וואך איז דער עקספענס-טייל?למשל, $1,500
6. תנאים? (קליקט אן אלעס וואס איז נוגע – אדער גארנישט)3
☐ די פולע געהאלט נאר אויב דער נעט ריווח איז לכל הפחות א געוויסע פראצענט פון די גראוס סעילס – אויסער די ערשטע חדשים.2
✎וויפיל פראצענט?
✎אויסער די ערשטע ___ חדשים.
☐ געגליכן צום געלט-שותף. פאר יעדן דאלאר געהאלט וואס דער שותף וואס ארבעט נעמט, באקומט דער געלט-שותף צוריק א געוויסע סומע אויף חשבון פון זיין געלט – ביז ער איז אפגעצאלט. נאכדעם וואס יעדער איז אפגעצאלט, טאר די געהאלט נישט זיין העכער פון די אפגערעדטע סומע, און נישט העכער פון א געוויסן חלק פון די רווחים וואס ווערן אויסגעטיילט – וואס עס איז ווייניגער.2
✎פאר יעדן $1 געהאלט – וויפיל גייט צוריק צום געלט-שותף?למשל, $1
✎נאכדעם וואס יעדער איז אפגעצאלט – די געהאלט טאר נישט זיין העכער פון וועלכן חלק פון די אויסגעטיילטע רווחים?למשל, א דריטל
☐ נאר אויב די ביזנעס קען עס טראגן. אויב אין א חודש איז די געלט קנאפ, ווארט דער נישט-באצאלטער טייל – מ׳איז עס קיינמאל נישט שולדיג פון א שותף׳ס אייגענער קעשענע.
33
בעפאר מען גייט ווייטער – טראכט א מינוט…
צוויי שאלות, נאר פאר אייך. גארנישט פון דעם גייט אריין אינעם אפמאך.31. זיין ווארטווי זיכער זענט איר אז אייער שותף קען טאקע טון וואס ער נעמט זיך אונטער? האט איר אים שוין געזען דורכפירן וואס ער האט אויף זיך גענומען – בעפאר דעם?
2. זיין נאטורחז״ל זאגן אז א מענטש ווערט דערקענט דורך דריי זאכן. בכיסו – מיט זיין געלט: וויאזוי פירט ער זיך אויף ווען ער האלט אז איינער האט אים בא׳עוולה׳ט מיט געלט? בכוסו – מיט זיין כוס: וויאזוי פירט ער זיך אויף ווען ער קען ארויסווייזן זיין אמת׳ע נאטור, אן זיך שעמען? בכעסו – מיט זיין כעס: וויאזוי פירט ער זיך אויף ווען זיינע עכטע קאלירן קומען ארויס?
וועלכע פון די דריי האט איר שוין געזען ביי אים? און האט אייך געפעלן וואס איר האט געזען?
קאפיטל 8
רווחים און חשבונות
יעדע וויפיל צייט מ׳מאכט א סך-הכל פון די חשבונות, וויפיל ריווח בלייבט אין די ביזנעס, ווען מ׳באקומט צוריק די אריינגעלייגטע געלט – און וואס טוט זיך ווען די ביזנעס דארף ווידער געלט.734
ווי אפט מאכט מען דעם סך-הכל פון די חשבונות און טיילט אויס די רווחים?
"מאכן דעם סך-הכל" מיינט אויסרעכענען די רווחים, מחליט זיין וויפיל געלט עס בלייבט אין די ביזנעס, און צוטיילן די געלט פאר די שותפים – אלעס לויטן סדר פונעם אפמאך. ווי אפטער מען מאכט די חשבונות, אלס ווייניגער סורפרייזעס זענען דא.
51יעדע וואך
2יעדן חודש
3יעדע פערטל יאר (קווארטאל)✓ רוב שותפים נעמען דאס
4יעדע האלב יאר
5איינמאל א יאר
35
וויאזוי וועט מען מחליט זיין וויפיל ריווח זאל בלייבן אין די ביזנעס (פאר קעש-פלאו, נייע פראיעקטן, א שוואכע סעזאן) – און וויפיל זאל מען אויסטיילן אלס ריווח?
71מען לאזט גענוג געלט אין די ביזנעס צו דעקן די הוצאות פאר א געוויסע צאל חדשים.1
✎וויפיל חדשים? (געווענליך דריי; פאר א ביזנעס וואס האט אויסגענוצט די מאקסימום לאונס פונעם באנק – פינף; טייל מאכן עס זעקס.)למשל, 3
2דער אקאונטענט באשטימט.1
✎ווער איז די ביזנעס אקאונטענט? (אפציאנאל)למשל, ר׳ ___ פון ___
3די שותפים באשליסן צווישן זיך, יעדעס מאל.✓ רוב שותפים נעמען דאס
4א געוויסע פראצענט פון דעם גראוס ריווח בלייבט אין די ביזנעס.1
✎וויפיל פראצענט?%
5א געוויסע פראצענט פון דעם נעט ריווח בלייבט אין די ביזנעס.1
✎וויפיל פראצענט?%
6א פראצענט פון דעם נעט ריווח וואס ווערט ווייניגער מיט די יארן – ווי מער די ביזנעס איז שוין אוועקגעשטעלט, אלס ווייניגער לאזט מען אינעווייניג.2
✎שרייבט אויס דעם סקעדזשועל (למשל, ביז 5/31/27 – 80%; א יאר שפעטער – 70%; נאך א יאר – 60%; און פון דעמאלט אן – 50%).
✎וויפיל פראצענט היינט? (אפציאנאל)%
7לויט א ספעציפישע סיסטעם פאר׳ן פירן די פינאנצן.1
✎וועלכע סיסטעם?למשל, Profit First
36
ווען באקומט א שותף צוריק די געלט וואס ער האט אריינגעלייגט צו קויפן זיין חלק?
נייע ביזנעס-לייט זעען דאס אפט נישט: פאר דעם אינוועסטער איז די געלט וואס ער לייגט אריין ווי א הלואה פאר די ביזנעס – ער ווארט עס צוריק. ביי א ביזנעס וואס לויפט שוין, ווערן די פריערדיגע אינוועסטמענטס אויסגעשמועסט ביי "דער מצב פון די ביזנעס היינט"; דא רעדט מען איבער די שותפות-געלט פון יעצט און ווייטער.
61עס ווערט א חלק פון די שותפות – עס ווערט נישט באזונדער צוריקגעצאלט.
2די געלט מוז צוריקגעצאלט ווערן ביז א געוויסע צייט. אויב עס בלייבט לענגער, באקומט מען דערויף רווחים דורך א היתר עיסקא ביז עס ווערט צוריקגעצאלט.2
✎אינערהאלב וויפיל חדשים?למשל, 24
✎וואס איז די יערליכע פראצענט אויב עס בלייבט לענגער?למשל, 12%
3ביים פארקויפן די ביזנעס.
4ווען מען קען באקומען א לאון פונעם באנק, אדער ביים פארקויפן – וואס ס׳קומט פריער.
5פון די רווחים וואס מען קען ארויסנעמען, גייט א חלק צו דעקן די אריינגעלייגטע געלט, און די איבריגע ווערט צוטיילט אלס ריווח לויטן חלק אין די שותפות.2
✎וויפיל פראצענט פון די רווחים וואס מ׳נעמט ארויס גייט צו צוריקצאלן די אריינגעלייגטע געלט?%
✎און וויפיל פראצענט ווערט צוטיילט אלס ריווח לויטן חלק? (דאס פילט זיך אויס אויטאמאטיש.)%
6עס ווערט א חלק פון די שותפות – אבער דער אינוועסטער באקומט א גאראנטירטע חודש׳ליכע דראו אויפ׳ן חשבון פון זיינע רווחים (אויב יענעם חודש איז דער ריווח ווייניגער, ווערט דער חילוק א חוב אויף צוקונפטיגע רווחים).3
✎ווער איז דער אינוועסטער? (קליקט אויף א שותף)
✎לכל הפחות וויפיל פער חודש?למשל, $25,000
✎פון ווען ביז ווען?למשל, פון 11/01/26 ביז 11/01/36
37
אויב א שותף לייגט אריין מער ווי ער איז געווען מחויב – ווען באקומט ער צוריק די איבעריגע געלט?
(מ׳קען אויסקלויבן מער ווי איינס)אויב די ביזנעס דארף געלט און נאר איין שותף ברענגט עס, מוז ער וויסן אז ער קען עס צוריקבאקומען ווי נאר ס׳איז דא געלט. אנדערש וועט ער עס נישט ברענגען. צו באמערקן: דער אפמאך זאגט אויך אז קיין שותף טאר נישט אריינלייגן אדער בארגן געלט פאר די ביזנעס אן א געשריבענע רשות פון די אנדערע שותפים (אן אימעיל איז גענוג). געלט וואס איז אריינגעלייגט געווארן אן רשות קען מען נישט פארלאנגען צוריק.
31בעפאר מ׳טיילט אויס סיי וועלכע רווחים.✓ רוב שותפים נעמען דאס
2ער מעג עס נעמען פונעם באנק אקאונט, ווי נאר די געלט איז דארט.✓ רוב שותפים נעמען דאס
3ער מעג נעמען א לאון אויף די ביזנעס (מיט די ביזנעס אלס משכון) כדי עס צוריקצובאקומען.✓ רוב שותפים נעמען דאס
38
אויב די ביזנעס דארף פריש געלט נאכדעם וואס מ׳האט שוין כאטש איין מאל צוטיילט רווחים – ווער איז פאראנטווארטליך עס צו ברענגען?
די ביזנעס האט צוטיילט רווחים – און יעצט דארף זי ווידער געלט. אפשר האט מען צוטיילט די רווחים צו פרי; אפשר האט זיך עפעס געטוישט זינט דעמאלט. סיי ווי, איז דער געווענליכער ערשטער שריט צוריקצולייגן די רווחים וואס מ׳האט גענומען, און ערשט דערנאך בעטן פון די שותפים מער. פארוואס די ביזנעס דארף געלט איז אויך וויכטיג – א הפסד, וואקסן צו שנעל, וואקסן פאמעליכער ווי געפלאנט – אבער דער אפמאך דארף איין קלארן כלל פאר אלע דריי.
41קודם גייען צוריק אריין די רווחים וואס מ׳האט צוטיילט – יעדער שותף גיט צוריק וואס ער האט גענומען. אויב מ׳דארף נאך מער, די זעלבע כללים ווי ביים אויפבויען די ביזנעס.✓ רוב שותפים נעמען דאס
2יעדער שותף, לויט זיין חלק אין די ביזנעס.
3די זעלבע כללים ווי ביים אויפבויען די ביזנעס – די התחייבותן פון דעם קאפיטל "די געלט".
4קודם פרובירט די ביזנעס צו בארגן פון די באנק. נאר אויב דאס גייט נישט, ברענגט יעדער שותף לויט זיין חלק.
39
אויב די ביזנעס דארף געלט און איין שותף לייגט נישט צו זיין חלק – וואס באקומט דער שותף וואס ברענגט יא?
די שאלה איז נוגע סיי ווען מ׳דארף געלט צו ראטעווען די ביזנעס און סיי פאר נייע פראיעקטן. ביי די נעקסטע שאלה קען מען אפמאכן אז נייע פראיעקטן ווערן גערעכנט אנדערש. נאך א נקודה: ווען דער וואס ברענגט באקומט רווחים דורך א היתר עיסקא, קומט עס פון די ביזנעס – נישט פונעם חלק רווחים פונעם צווייטן שותף. אנדערש ווערט דער שותף וואס האט נישט געקענט ברענגען געשטראפט צוויי מאל.
4✎קודם, דער דעדליין. ווען די ביזנעס דארף געלט, גייט ארויס א מעלדונג צו אלע שותפים. וויפיל טעג האט א שותף צו ברענגען זיין חלק נאך יענע מעלדונג? די ענטפערס אונטן באציען זיך אויף דעם דעדליין.למשל, 60 טעג
1רווחים אויף זיין געלט דורך א היתר עיסקא, באצאלט דורך די ביזנעס – פונעם טאג וואס ער האט אריינגעלייגט די געלט.✓ רוב שותפים נעמען דאס2
וויפיל פראצענט א יאר?2
טרעזשורי 10-יעריגע + 10% א יאר, פאר די צייט וואס די געלט בלייבט אין די ביזנעס.✓ רוב שותפים נעמען דאס
אן אנדערע רעיט:1
✎וויפיל פראצענט א יאר?למשל, 12%
אויב דער דעדליין גייט פארביי און דער צווייטער שותף האט נאך אלץ נישט געברענגט זיין חלק – וואס דעמאלט?3
גארנישט מער. די רווחים לויפן ווייטער, אויף די זעלבע רעיט, ביז ער ברענגט.✓ רוב שותפים נעמען דאס
די רעיט גייט ארויף – פאר די צייט וואס די געלט בלייבט אין די ביזנעס, אדער ביז ער ברענגט.1
✎ארויף צו וויפיל פראצענט א יאר?למשל, 24%
דער שותף וואס האט געברענגט מעג דעמאלט אויסקלויבן: קויפן א טייל פונעם צווייטן שותף׳ס חלק – אדער אים אויסקויפן אינגאנצן. ביידע לויט די אפגעשאצטע ווערט און לויט די אפגערעדטע תנאי תשלומים.
2א גרעסערן חלק אין די ביזנעס. איינמאל דער דעדליין איז פארביי, קויפט ער א טייל פונעם צווייטן שותף׳ס חלק, לויט די אפגעשאצטע ווערט.
3א פולער אויסקויף. איינמאל דער דעדליין איז פארביי, קויפט ער דעם צווייטן שותף׳ס גאנצן חלק, לויט די אפגעשאצטע ווערט און לויט די אפגערעדטע תנאי תשלומים. דער צווייטער שותף ווערט באצאלט פאר זיין חלק – ער הערט נאר אויף צו זיין א שותף.
40
איז עס אנדערש ווען די געלט איז פאר נייע פראיעקטן (נישט צו ראטעווען די ביזנעס, נאר כדי עס זאל וואקסן)?
"ראטעווען" מיינט אז די ביזנעס דארף די געלט כדי צו קענען ווייטער פונקציאנירן. "וואקסן" מיינט אז די ביזנעס וויל געלט פאר עפעס א נייע זאך. ווען מען ראטעוועט איז דער דרוק פיל גרעסער; דערפאר קען זיין אז מען וויל געבן שטערקערע רעכטן פאר׳ן שותף וואס לייגט אריין די געלט אין אזא פאל, און שוואכערע רעכטן דא.
21ניין, די זעלבע צוגאנג ווי ווען מען ראטעוועט די ביזנעס.✓ רוב שותפים נעמען דאס
2יא, נייע פראיעקטן ווערן באהאנדלט אנדערש.1
ביי נייע פראיעקטן – וואס באקומט דער שותף וואס לייגט אריין די געלט?3
רווחים אויף די געלט דורך א היתר עיסקא.✓ רוב שותפים נעמען דאס1
וויפיל פראצענט א יאר?2
טרעזשורי 10-יעריגע + 10% א יאר, פאר די צייט וואס די געלט בלייבט אין די ביזנעס.✓ רוב שותפים נעמען דאס
אן אנדערע רעיט:1
✎וויפיל פראצענט א יאר?למשל, 12%
א גרעסערע חלק אין די שותפות, אויסגערעכנט לויט די אפגעשאצטע ווערט.
די נייע געשעפט זאל געהערן אינגאנצן פאר אים.א נקודה למחשבה: אויב די נייע געשעפט ווערט נישט צעטיילט די זעלבע וועג ווי די גאנצע שותפות, וואס טוט מען מיט די געמיינזאמע הוצאות?
קאפיטל 9
באשלוסן – ווער האט דאס לעצטע ווארט
א ביזנעס האט אן א שיעור באשלוסן. דאס דעפינירט ווער ס׳באשליסט וואס, פון גרויסע סטראטעגיעס ביז טעגליכע קליינע קויפונגען.441
ווער האט דאס לעצטע ווארט איבער די גרויסע באשלוסן? (א טויש אין די ריכטונג פון די ביזנעס, א נייע לאקאציע, א גרויסע הלואה)
די געווענליכע טענה איז "ווער האט דיר געגעבן די רעכט דאס צו טון?" דעריבער מוז זיין קלאר וואס א שותף מעג טון אליין – און וויאזוי מ׳קומט צום לעצטן ווארט. אין איין פאל האבן צוויי ברידער אלעס געטיילט גלייך, ביז זיי האבן זיך נישט געקענט פארגלייכן איבער עפענען א צווייטע ביזנעס. אן א כלל ווער עס באשליסט, איז די ביזנעס געשטאנען א גאנץ יאר אויף איין פלאץ – ביז זיי האבן זיך צעטיילט.
7איינער באשליסט
1איין שותף האט אלעמאל דאס לעצטע ווארט אויף אלעס וואס איז נוגע די ביזנעס (אויסער וואו דער אפמאך זאגט אנדערש). דער צווייטער שותף גיט נאך צו אים.1
✎ווער? (קליקט אויף א שותף)
2איין שותף האט דאס לעצטע ווארט – ביז א געוויסן תנאי (למשל, כל זמן ער ארבעט אין די ביזנעס, אדער ביז דער באנק לאון איז דא). דערנאך – ווי איר קלויבט אויס אונטן.3
✎ווער האט דאס לעצטע ווארט? (קליקט אויף א שותף)
✎ביז ווען – אדער ביז וואס?
ווען דער תנאי ענדיגט זיך – ווי ווערן דאן געמאכט די גרויסע באשלוסן?5
איין שטים פאר יעדן. די מערהייט פון די שותפים באשליסט.
לויט די חלקים אין די ביזנעס.
קודם רעדן, דערנאך שטימען.1
✎וויפיל טעג מעלדונג בעפאר דעם מיטינג?למשל, 7
אלע מוזן מסכים זיין. קיינער קען נישט צווינגען.✓ רוב שותפים נעמען דאס
א באשטימטע גרופע שותפים.1
✎ווער איז אין די גרופע? (קליקט אויף די שותפים)
א גרופע באשליסט
3א באשטימטע גרופע שותפים. יעדע גרויסע טויש ווערט דורכגערעדט מיט די גרופע, און די מערהייט פון די גרופע געווינט. אויב א מיטגליד קומט נישט צום מיטינג, מעגן די איבעריגע באשליסן אן אים.1
✎ווער איז אין די גרופע? (קליקט אויף די שותפים)
אלע באשליסן
4לויט די חלקים אין די ביזנעס. קודם פרובירט מען זיך פארגלייכן. אויב נישט – געווינט די זייט מיט מער בעלות. אויב ביידע זייטן האבן פונקט די זעלבע – גייט מען לויט דעם קאנפליקט-מהלך.✓ רוב שותפים נעמען דאס
5איין שטים פאר יעדן. די מערהייט פון די שותפים באשליסט.ביי צוויי שותפים מיינט דאס: גלייכע כח. קיינער קען נישט צווינגען דעם צווייטן.
6קודם רעדן, דערנאך שטימען. יעדע גרויסע טויש ווערט דורכגערעדט מיט אלע שותפים. אויב מ׳איז נישט איינשטימיג, באשליסט די מערהייט. א שותף וואס קומט נישט צום מיטינג קען עס נישט בלאקירן.1
✎וויפיל טעג מעלדונג בעפאר דעם מיטינג?למשל, 7
7אלע מוזן מסכים זיין. קיין שותף קען נישט ארויפצווינגען זיין מיינונג – אפילו מיט א גרעסערן חלק. אויב מ׳איז נישט איינשטימיג, גייט מען לויט דעם קאנפליקט-מהלך.
42
און די יערליכע בודזשעט פאר די ביזנעס – ווערט זי באשטעטיגט די זעלבע וועג ווי די גרויסע באשלוסן?
אויב איר ענטפערט נישט, גייט די בודזשעט די זעלבע וועג ווי די גרויסע באשלוסן.
21יא, די בודזשעט ווערט באשטעטיגט די זעלבע וועג ווי די גרויסע באשלוסן.✓ רוב שותפים נעמען דאס
2ניין, די בודזשעט ווערט באהאנדלט אנדערש.1
וויאזוי ווערט די בודזשעט באשטעטיגט?2
באשלוסן גייען לויט די מערהייט פון די שותפים.
באשלוסן גייען לויט די פראצענטן פון די שערס.
43
ווער האט דאס לעצטע ווארט איבער די טעגליכע פירערשאפט? (קויפן/פארקויפן, אויפנעמען/אפזאגן ארבעטער, און ענדליכע זאכן)
די אפציעס זענען צעשפרייט: פון דעם אז יעדער באשליסט אויף אלעס (וואס איז זיכער אבער זייער לאנגזאם) ביז דעם אז יעדער איינער איז בעל הבית איבער זיין אייגענעם שטח (וואס איז שנעל אבער פאדערט אסאך צוטרוי). די עקספיריענס ווייזט: וואס קלארער די גרעניצן זענען, אלס ווייניגער קריגערייען זענען דא.
41די זעלבע וועג ווי די גרויסע באשלוסן.
2יעדער איינער איז בעל הבית איבער זיין אייגענעם שטח. איבער א געוויסע סומע – אויף איין מאל, אדער אין א יאר – דארף ער רשות פון אלע שותפים.✓ רוב שותפים נעמען דאס2
✎איבער וועלכע סומע אויף איין מאל?למשל, $25,000
✎און איבער וועלכן סך הכל פאר׳ן גאנצן יאר? (אפציאנאל)למשל, $120,000 א יאר
3לויט די בודזשעט. יעדער שותף באשליסט אליין אין זיין שטח, כל זמן עס פאסט אין די בודזשעט. אויב אן הוצאה גייט א געוויסן פראצענט איבער איר בודזשעט-ליניע (אויף איין מאל אדער פאר׳ן יאר), דארף ער רשות פון די אנדערע שותפים.2
✎וויפיל פראצענט איבער די ליניע?למשל, 5%
✎ווער מאכט די בודזשעט?אדער שרייבט אריין א נאמען (למשל, דער אקאונטענט)…
4צוויי שטאפלען. דער שותף וואס פירט, באשליסט טאג-טעגליך. ביי געוויסע הוצאות מוז ער מעלדן די אנדערע שותפים. ביי גרעסערע דארף ער זייער רשות.3
✎וועלכע הוצאות דארפן נאר א מעלדונג?למשל, אויפנעמען אן ארבעטער איבער $60,000 א יאר; אן הוצאה איבער $25,000 אויף איין מאל אדער אין א יאר
✎וועלכע הוצאות דארפן רשות?למשל, אן ארבעטער איבער $100,000 א יאר; אן הוצאה איבער $50,000; א הלואה מיט א משכון; א נייע לאקאציע; א נייער קאסטומער וואס איז מער ווי 20% פון די סעילס
✎ווי שנעל נאך די הוצאה מוז ער מעלדן?למשל, 3 טעג
44
מעג א שותף אויפנעמען קרובים (למשל, קינדער, איידעמס) צו ארבעטן אין די ביזנעס?
"ניין" מיינט: קיין שום קרוב ווערט נישט אויפגענומען אויטאמאטיש; נאר מען דארף האבן א געשריבענע רשות פון אלע שותפים פאר יעדן פאל באזונדער.
31יא.1
✎וויפיל? (יעדער שותף – אדער א באשטימטע צאל)
2יא – אויב רוב שותפים (א מערהייט) זענען מסכים, בכתב.
3ניין – נאר מיט א געשריבענע רשות פון די אנדערע שותפים.✓ רוב שותפים נעמען דאס2
☐ אויך: בעפאר ער הייבט אן, חתמ׳עט דער קרוב אויף א נאן-קאמפיט און אויף א קאנפליקט-אוו-אינטערעסט אפמאך.
☐ אויך: אויב דער קרוב פאסט נישט פאר די ארבעט, ווערט ער באהאנדלט ווי סיי וועלכער אנדערער ארבעטער וואס פאסט נישט – און מ׳קען אים אפזאגן.
קאפיטל 10
נאן-קאמפיט – וואס א שותף טאר נישט טון אויף די זייט
א שותף ווייסט אלע סודות פון די ביזנעס. דא ווערט אויסגעשמועסט וואס ער מעג און טאר נישט טון פאר זיין אייגענעם פריוואטן נוצן.645
מעג א שותף פירן א ביזנעס וואס פארדינט געלט פון צושטעלן סערוויסעס אדער סחורה וואס די שותפות דארף האבן?
למשל, אויב די ביזנעס דארף האבן שיפינג, מעג א שותף האבן אן אייגענע טראקינג פירמע וואס די שותפות זאל באצאלן פאר שיפינג סערוויסעס? דאס ווערט נישט פארעכנט אלס קאנקורענץ, נאר ענדערש ווי פארקויפן פאר די אייגענע ביזנעס – וואס דאס ברענגט אויף שאלות איבער די פרייזן און נאמנות. אין איין פאל האט א געלט-שותף שטילערהייט פארמאגט די פרינט שאפ וואס דער מאגאזין האט באצאלט. ווען עס איז ארויסגעקומען, איז אלעס אראפ בארג: "מיר וואלטן געקענט צאלן פיל ווייניגער – אבער דו האסט קיינמאל נישט געדונגען, ווייל דו ביסט דארט א שותף."
21יא – אבער דער שותף מוז עס מעלדן פאר׳ן אנדערן, און די פרייזן מוזן זיין לויט די מארקעט רעיטס אדער ביליגער.
2ניין – נאר מיט א געשריבענע רשות פון די אנדערע שותפים.
46
מעג א שותף עפענען א ביזנעס וואס צילט די זעלבע קאסטומערס אדער ווענדארס ווי די שותפות?
די שאלה דא איז נישט איבער פירן די זעלבע סארט ביזנעס (דאס קומט אין די נעקסטע שאלה), נאר איבער גיין נאך די זעלבע מענטשן: פארקויפן אנדערע פראדוקטן אדער סערוויסעס פאר די זעלבע קאסטומערס. אין איין פאל האט א רופינג-שותף אויך פארמאגט א פריימינג קאמפאני. דער צווייטער שותף האט זיך שטענדיג געוואונדערט: גיט ער די רופינג-קאסטומערס א בעסערן פרייז, כדי ער זאל אויך געווינען די פריימינג-ארבעט?
21יא – און דערביי מעג ער נוצן די קאסטומער- און ווענדאר-ליסטעס פון די ביזנעס.
2ניין.ווי אומעטום אין דעם אפמאך: אויסער אויב מ׳האט באקומען א געשריבענע רשות פון די אנדערע שותפים.
47
מעג א שותף קויפן סחורה פאר די ביזנעס ביי א ווענדאר וואו ער אליין באקומט א קיקבעק, אדער אן אנדערע פערזענליכע טובה, פאר יעדע קויף?
31יא – אבער דער שותף מוז עס מעלדן פאר׳ן אנדערן, און די פרייזן מוזן זיין לויט די מארקעט רעיטס אדער ביליגער.
2ניין – נאר מיט א געשריבענע רשות פון די אנדערע שותפים.
3עס ווענדט זיך.1
✎אין וואס ווענדט עס זיך?
48
וועמען באלאנגט די קרעדיט קארד פוינטס, מיילס, און קעש-בעק וואס קומען אריין פון די ביזנעס קרעדיט קארדס?
פוינטס קומען סיי ווי אריין; אין גרויסע ביזנעסער קען דאס אויסמאכן צענדליגער טויזנטער דאלאר א יאר. עס איז כדאי יעצט אפצומאכן וועמען עס באלאנגט. (אפט איז די קארד אויף איין שותף׳ס נאמען, און ער איז דער וואס שטייט פאר די באנק.)
31עס באלאנגט פאר די שותפות – זיי (אדער די געלט ווערט דערפון) ווערן צעטיילט פונקט ווי די רווחים.
2עס באלאנגט פאר׳ן שותף וואס איז דער בעל הבית פון די קארד.
3פוינטס און מיילס באלאנגען פאר׳ן בעל הבית פון די קארד; קעש-בעק (וואס איז ממש מזומן געלט) באלאנגט פאר די ביזנעס.
49
מעג א שותף עפענען א קאנקורענץ ביזנעס פאר זיך אליין בשעת ער איז נאך אינעם שותפות?
די שאלה רעדט זיך איבער די צייט פונעם שותפות; די נעקסטע שאלה רעדט פון די זעלבע זאך נאך אן אויסקויף. עס איז כדאי אז די צוויי ענטפערס זאלן שטימען (למשל, שטרענג בשעת׳ן שותפות און מער נאכגיביג נאכדעם – נישט פארקערט). אן א כלל דא, קען א שותף עפענען א קאנקורענץ ביזנעס מיט די זעלבע קאסטומערס – א שטילע סכנה.
41יא1
מעג ער קאנטאקטן די קאסטומערס פון די שותפות?2
יא
ניין
2נאר אין א ספעציפישע געגענט.2
✎וואו איז עס יא ערלויבט און וואו נישט?
מעג ער קאנטאקטן די קאסטומערס פון די שותפות?2
יא
ניין
3ניין – נאר מיט א געשריבענע רשות פון די אנדערע שותפים.
4ער מעג – אבער אויב ער וויל אדער דארף א שותף דערפאר, מוז ער עס קודם אנבאטן פאר די יעצטיגע שותפים; און אויב א שותף גייט מיט מיט אים, וועט עס געפירט ווערן לויט די זעלבע תקנות ווי די דאזיגע שותפות.
50
מעג א שותף עפענען א קאנקורענץ ביזנעס פאר זיך אליין נאכדעם וואס מ׳האט אים אויסגעקויפט?
אויב ער מעג, זייט ערליך מיט זיך אליין: ווען איר קויפט אים אויס, צאלט איר טאקע פאר עפעס וואס האט א ווערט?
31יא1
מעג ער קאנטאקטן די קאסטומערס פון די שותפות?2
יא
ניין
2נאר אין א ספעציפישע געגענט.2
✎וואו איז עס יא ערלויבט און וואו נישט?
מעג ער קאנטאקטן די קאסטומערס פון די שותפות?2
יא
ניין
3ניין – נאר מיט א געשריבענע רשות פון די אנדערע שותפים.1
✎פאר וויפיל יאר נאכ׳ן אויסקויף? (געווענליך פינף יאר; טייל מאכן עס צוויי יאר.)למשל, 5
קאפיטל 11
וויאזוי די שותפות ענדיגט זיך
יעדע שותפות קומט אמאל צו אן ענדע – צי דורך א פארקויף, א צעטיילונג, אדער נאך 120 יאר. די וואס שמועסן דאס אויס פון פריער, פארזיכערן א רואיגע און שיינע ענדע.751
בעפאר מיר רעדן וויאזוי עס ענדיגט זיך, טראכט אריין א מינוט…
שטעלט אייך פאר: פופצן יאר פון היינט, איר ווילט זיך צעשיידן – בשלום, אדער חלילה נישט בשלום.נאך א געדאנק פון די עקספיריענס: אין איין פאל האבן צוויי שותפים וואס האבן זיך קוים געקענט אויסשטיין געהאלטן ביים זיך צעטיילן. אנשטאט דעם האבן זיי געמאכט שלום – און נעמען זינט דעמאלט ארויס איבער א מיליאן דאלאר א יאר. בעפאר איר פלאנט די צעטיילונג, טראכט וועגן דעם טאג נאכדעם.
1וואס וואלט איר געוואלט אז דער אפמאך זאל שוין האבן מסדר געווען פון היינט אן?
52
מעג איין שותף פארקויפן זיין חלק אין די שותפות פאר א פרעמדן מענטש?
א פרעמדער וואס קויפט א חלק ווערט אייער שותף. די שאלה באשליסט צי איר קענט דאס אפשטעלן – און וויאזוי.
41יא, פאר סיי וועם.
2יא – אבער מ׳מוז קודם געבן די ברירה פאר׳ן צווייטן שותף עס אפצוקויפן.2
✎וויפיל טעג האט דער שותף צייט מחליט צו זיין אויב ער וויל אפקויפן דעם חלק?למשל, 30
אויב דער שותף וויל עס נישט אפקויפן, מעג עס פארקויפט ווערן:4
פאר סיי וועם.
נאר פאר איינעם וואס פארשטייט צו די ביזנעס.
נאר אויב דער שותף איז מסכים איבער דעם נייעם שותף.
נאר אויב דער שותף האט די רעכט צו פארלאנגען אז דער נייער קונה מוז אויך אפקויפן זיין חלק.
3ניין.
4יא – אבער דער שותף וואס פארקויפט מוז ווייזן א קלארע אפער פון א קונה, און דער צווייטער שותף האט דריי ברירות: אליין אפקויפן דעם חלק לויט די אפער; ווערן א שותף מיט׳ן קונה; אדער פארלאנגען אז דער קונה זאל אויך אפקויפן זיין חלק פאר די זעלבע פרייז.✓ רוב שותפים נעמען דאס1
✎וויפיל טעג האט דער שותף מחליט צו זיין זיין אויסוואל?למשל, 30
53
קען איין שותף צווינגען דעם צווייטן צו פארקויפן זיין חלק אין די שותפות? (דאס ווערט אנגערופן "גוד או אגוד": איין שותף זאגט א פרייז, און דער צווייטער מוז אדער קויפן אדער פארקויפן פאר דעם זעלבן פרייז.)
דאס איז אמאל א מעלה און אמאל א חסרון. א מעלה: ס׳איז דא א וועג ארויס. א חסרון: ווען שותפים ווייסן אז ס׳איז נישטא קיין וועג ארויס, קומען זיי זיך דורך.
31ניין – די שותפים גייען אריין אין שותפות אויפ׳ן תנאי אז קיינער קען נישט פארלאנגען "גוד או אגוד", און זיי זענען מוחל אויף די רעכט בפירוש.
2מען איז מוותר אויף גוד או אגוד – חוץ אויב עס איז דא א מחלוקת און מען איז שוין געגאנגען דורך דעם קאנפליקט-מהלך, און דער צו וועמען מען איז געגאנגען האלט אז דער בעסטער וועג פאר די שותפים איז גוד או אגוד – דעמאלט מעג מען, מיט די $50,000 העכערונגען.1
✎איז דא א מינימום שווי פאר׳ן "גוד או אגוד"? (אויב יא, וויפיל?)למשל, לכל הפחות $10,000,000
3יא2
✎איז דא א מינימום שווי? (אויב יא, וויפיל?)למשל, לכל הפחות $7,000,000
לויט וועלכע מהלך?2
מהלך א׳ – איין אפער. די ביזנעס ווערט אפגעשאצט לויט׳ן אפגערעדטן וועג. דער שותף וואס וויל בלייבן מאכט אן אפער (נישט ווייניגער ווי די אפגעשאצטע ווערט פונעם חלק). דער צווייטער שותף האט צוויי ברירות. (א) אננעמען, און ווערן אויסגעקויפט. (ב) עס איבערדרייען: אויסקויפן דעם שותף וואס האט געמאכט די אפער, פאר די זעלבע ווערט פער חלק – און דער שותף וואס האט געמאכט די אפער מוז אננעמען.
מהלך ב׳ – העכערונגען פון $50,000. די ביזנעס ווערט אפגעשאצט. דער שותף וואס וויל בלייבן באט אן די אפגעשאצטע ווערט פונעם חלק. דער צווייטער מעג אננעמען – אדער העכערן מיט $50,000 און עס צוריק אנבאטן. עס גייט אהין און צוריק ביז איינער שטעלט זיך אפ. ווער עס האט געזאגט די העכסטע ווערט, און צאלט זי, בלייבט מיט די ביזנעס.
54
ווילט איר אריינשטעלן א 12-חדשים שוץ אינעם "גוד או אגוד" קלאוז?
די שוץ: אויב דער שותף וואס האט אויסגעקויפט דעם צווייטן פארקויפט די ביזנעס אינערהאלב די ערשטע 12 חדשים פאר מער ווי די אפגעשאצטע ווערט, מוז ער באצאלן דעם חילוק פאר׳ן אנדערן שותף. דאס היט אפ אז קיינער זאל נישט ניצן "גוד או אגוד" נאר כדי עס גלייך ווייטער צו פארקויפן מיט א ריווח. (די קלאוז ווערט אלעמאל אריינגעלייגט וואו "גוד או אגוד" איז ערלויבט.)
21יא✓ רוב שותפים נעמען דאס
2ניין
55
ווען קען איין שותף צווינגען דעם צווייטן צו פארקויפן אדער צעלאזן די גאנצע ביזנעס?
רוב מענטשן זאגן "קיינמאל". אבער אין איין פאל האבן צוויי שותפים פון איבער 50 יאר באקומען אן אפער פון $180,000,000. איינער האט געוואלט פארקויפן. דער צווייטער האט געזאגט: "אויב ס׳איז ווערט אזויפיל פאר אים, איז עס ווערט אזויפיל פאר מיר." און דער ערשטער האט גארנישט געקענט טון.
51קיינמאל נישט.✓ רוב שותפים נעמען דאס
2פאר א גוטע אפער.1
✎"א גוטע אפער" מיינט – העכער וועלכע פראצענט פון די אפגעשאצטע ווערט?%
3ווען עס זענען דא הפסדים (די ביזנעס פארלירט געלט).1
✎וויפיל צייט מוזן די הפסדים אנהאלטן נאכאנאנד?למשל, צוויי יאר נאכאנאנד
4אויב די ביזנעס וואקסט נישט מיט א געוויסע פראצענט.2
✎וויפיל פראצענט א יאר?%
✎געמאסטן איבער וויפיל יאר נאכאנאנד?למשל, 2
5איין שותף איז מוחל אויף "גוד או אגוד" – און דער צווייטער מעג אים אויסקויפן ווען אימער ער וויל, בתנאי אז ער צאלט די פולע אפגעשאצטע ווערט פון זיין חלק.1
✎ווער איז דער וואס געבט אויף (און מען קויפט אים אויס)?
56
קען מען צוטיילן די ביזנעס אליין – אז יעדער שותף זאל נעמען א טייל פון די ביזנעס?
למשל, ביי א ביזנעס וואס האט ריעל-עסטעיט: אנשטאט איין שותף זאל אויסקויפן דעם צווייטן, קען מען אפשר צוטיילן די פראפערטיס אליין, און אויסגלייכן דעם חילוק מיט געלט.
31ניין – די איינציגסטע וועג זיך צו צוטיילן איז דורך אן אויסקויף אדער א פארקויף.
2יא – געוויסע טיילן פון די ביזנעס קען מען יא צוטיילן.1
✎וועלכע טיילן, און וויאזוי טיילט מען עס?למשל, מ׳קען צוטיילן די ריעל-עסטעיט פראפערטיס לויט זייער אפגעשאצטע ווערט – יעדער שותף נעמט פראפערטיס לויט די ווערט פון זיין חלק, און דעם חילוק גלייכט מען אויס מיט געלט...
3נאר אויב אלע שותפים זענען מסכים דערצו בשעת מעשה בכתב – אויב נישט, גייט מען לויט די אויסקויף וועגן וואס שטייען אינעם אפמאך.✓ רוב שותפים נעמען דאס
57
ווען איין שותף ווערט נפטר, ח״ו – וואס ווערט מיט זיין חלק?
אויב מ׳לאזט דאס אפן, קען דער איבערגעבליבענער שותף זיך פלוצלינג געפינען אין א ביזנעס מיט די יורשים – א שותפות וואס קיינער האט נישט אויסגעקליבן, פון קיין זייט. מאכט עס אפ יעצט, בשעת אלע זענען געזונט. אומעטום אין דער שאלה מיינט "די יורשים": ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה.
41דער איבערגעבליבענער שותף קויפט דעם חלק פון ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה – לויט די אפגעשאצטע ווערט, לויט די אפגערעדטע תנאי תשלומים. דאס גילט אפילו בעפאר די ביזנעס איז ריכטיג אויפגעבויט.די משפחה באקומט געלט, נישט א שותפות.✓ רוב שותפים נעמען דאס3
וויאזוי ווערט עס געטון?2
דער איבערגעבליבענער שותף קויפט דעם חלק פון ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה. די ביזנעס גייט ווייטער מיט אים.✓ רוב שותפים נעמען דאס
די שותפות ענדיגט זיך איין שעה בעפאר די פטירה, און דער איבערגעבליבענער שותף צאלט ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה – די ווערט פונעם חלק. אזוי זענען זיי קיינמאל נישט קיין שותפים, אפילו נישט איין טאג.
✎ביז ווען מוז דער איבערגעבליבענער שותף זאגן אז ער קויפט?למשל, אינערהאלב 6 חדשים נאך די פטירה
און אויב ער לאזט די צייט פארבייגיין?2
ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה – האלטן דעם חלק און ווערן שותפים (דעמאלט גילט ענטפער 3).✓ רוב שותפים נעמען דאס
זיי מעגן נאך אלץ פארלאנגען אז ער זאל קויפן דעם חלק.
2א קינד וואס ארבעט שוין אין די ביזנעס נעמט איבער דעם חלק. ער קויפט אויס די אנדערע יורשים – ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה – לויט די אפגעשאצטע ווערט.3
ווער רעכנט זיך דא אלס "א קינד"?2
א זון אדער א טאכטער.
א זון אדער א טאכטער – אדער אן איידעם אדער א שנור.✓ רוב שותפים נעמען דאס
✎מוז ער האבן געארבעט אין די ביזנעס א מינימום צייט בעפאר די פטירה? (לאזט ליידיג אויב קיין מינימום)למשל, 5 יאר
אויב ס׳איז נישטא אזא קינד – וואס דעמאלט?2
דער איבערגעבליבענער שותף קויפט דעם חלק – ווי אין ענטפער 1.די זעלבע נאכפראגן ווי אין ענטפער 1 קומען דערנאך: וויאזוי, ביז ווען, און וואס אויב ער לאזט די צייט פארבייגיין.✓ רוב שותפים נעמען דאס3
וויאזוי ווערט עס געטון?2
דער איבערגעבליבענער שותף קויפט דעם חלק פון ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה. די ביזנעס גייט ווייטער מיט אים.✓ רוב שותפים נעמען דאס
די שותפות ענדיגט זיך איין שעה בעפאר די פטירה, און דער איבערגעבליבענער שותף צאלט ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה – די ווערט פונעם חלק. אזוי זענען זיי קיינמאל נישט קיין שותפים, אפילו נישט איין טאג.
✎ביז ווען מוז דער איבערגעבליבענער שותף זאגן אז ער קויפט?למשל, אינערהאלב 6 חדשים נאך די פטירה
און אויב ער לאזט די צייט פארבייגיין?2
ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה – האלטן דעם חלק און ווערן שותפים (דעמאלט גילט ענטפער 3).✓ רוב שותפים נעמען דאס
זיי מעגן נאך אלץ פארלאנגען אז ער זאל קויפן דעם חלק.
ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה – האלטן דעם חלק, ווי אין ענטפער 3.די זעלבע נאכפראגע ווי אין ענטפער 3 קומט דערנאך: ווער רעדט פאר זיי.1
ווער רעדט פאר זיי?2
זיי שטעלן איינעם וואס זאל רעדן פאר זיי אלע, און דער איבערגעבליבענער שותף האנדלט נאר מיט אים. ביז זיי טוען עס, איז ער נישט שולדיג קיין דין וחשבון פאר קיינעם פון זיי, און ער שיקט די רווחים ווי די צוואה זאגט – אדער צו די אלמנה, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה.✓ רוב שותפים נעמען דאס1
✎ביז ווען מוזן זיי אים שטעלן?למשל, 6 חדשים
אן אפוטרופוס וואס יעדער שותף שטעלט יעצט, פאר זיין אייגענע משפחה. דער אפוטרופוס באקומט די רווחים און גיט זיי איבער צו ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה. ער טאר נישט ארבעטן אין די ביזנעס.1
✎ווער איז יעדן שותף׳ס אפוטרופוס?נאמען
3ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה – האלטן דעם חלק. זיי ווערן שותפים אין זיין פלאץ.צי א יורש מעג קומען ארבעטן אין די ביזנעס, גייט לויט דעם כלל פון "קרובים" וואס איר האט פריער אויסגעקליבן.1
ווער רעדט פאר זיי?2
זיי שטעלן איינעם וואס זאל רעדן פאר זיי אלע, און דער איבערגעבליבענער שותף האנדלט נאר מיט אים. ביז זיי טוען עס, איז ער נישט שולדיג קיין דין וחשבון פאר קיינעם פון זיי, און ער שיקט די רווחים ווי די צוואה זאגט – אדער צו די אלמנה, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה.✓ רוב שותפים נעמען דאס1
✎ביז ווען מוזן זיי אים שטעלן?למשל, 6 חדשים
אן אפוטרופוס וואס יעדער שותף שטעלט יעצט, פאר זיין אייגענע משפחה. דער אפוטרופוס באקומט די רווחים און גיט זיי איבער צו ווער עס שטייט אין זיין צוואה – אדער זיינע יורשים, אויב ס׳איז נישטא קיין צוואה. ער טאר נישט ארבעטן אין די ביזנעס.1
✎ווער איז יעדן שותף׳ס אפוטרופוס?נאמען
4עס ווענדט זיך וועלכער שותף.1
✎פאר יעדן שותף, קלויבט אויס וועלכער כלל אויבן גילט פאר אים. (קליקט אויף א שותף, דערנאך אויף א כלל)
קאפיטל 12
שאצן די ווערט פון די ביזנעס
ווען מ׳טיילט זיך, ווענדט זיך אלעס אין איין שאלה: וויפיל איז די ביזנעס ווערט? דא ווערן אויסגערעכנט זיבן וועגן – קלויבט אויס איינס (אדער א קאמבינאציע) פון פריער.358
ווען א שותף ווערט אויסגעקויפט – וויאזוי וועט מען אפשאצן די ווערט פון די ביזנעס?
מ׳קען אויך אויסמישן עטליכע וועגן: פאר די ערשטע פאר יאר נוצט מען איין וועג (למשל, #2), דערנאך א צווייטן (למשל, #3), און איינמאל די רווחים גייען ארויף העכער א געוויסע סכום – א דריטן (למשל, #5).
8די נומערן באשליסן
1#1 – האלסעיל ווערט: מ׳רעכנט עס אזוי ווי איינער וואס עפנט א נייע קאמפאני און קויפט אפ די גאנצע סחורה אדער סאפטוועיר פאר׳ן האלסעיל פרייז. דאס איז די ווערט פון די ביזנעס. (חובות – סיי וואס מ׳איז שולדיג און סיי וואס אנדערע זענען שולדיג – ווערן נישט אריינגערעכנט.)
2#2 – באלאנס שיעט: מ׳נעמט דעם נומער פונעם באלאנס שיעט, און אלעס וואס מ׳האט אראפגערעכנט נאר פאר טעקס צוועקן אבער ס׳האט נאך באמת א ווערט, רעכנט מען צוריק אריין.
3#3 – א מולטיפל פון די רווחים: מ׳רעכנט אויס די רווחים פון די ביזנעס איבער די לעצטע דריי יאר. מ׳רעכנט צוריק אריין די געהאלט פון די בעלי בתים, אינטערעסט אויף הלוואות, הוצאות פאר אייגענע באדערפענישן (ווי קארס, צדקה, וכדו׳), און אפשרייבונגען וואס האלטן אן זייער ווערט. מ׳טיילט דעם סך הכל אין דריי – דאס איז דער דורכשניטליכער יערליכער ריווח. דעם יערליכן נומער טאפלט מען עטליכע מאל (ווי גרעסער דער נומער, אלס מער מאל – עס ווייזט אויף סטאביליטעט), און מ׳לייגט צו די נעט ווערט פונעם באלאנס שיעט.5
✎אונטער $500,000 – ___ מאללמשל, 2
✎$500,000 ביז $2,000,000 – ___ מאללמשל, 3
✎$2,000,000 ביז $5,000,000 – ___ מאללמשל, 4
✎$5,000,000 ביז $10,000,000 – ___ מאללמשל, 5
✎איבער $10,000,000 – ___ מאללמשל, 6
4#4 – מארקעט פרייז: מ׳שטעלט פעסט די ווערט לויט די פרייזן פאר וואס ענליכע ביזנעסער אין די זעלבע אינדוסטריע ווערן פארקויפט.
עקספערטן באשליסן
5#5 – דריי עקספערטן (דער מיטלסטער): יעדע זייט שטעלט אן איין עקספערט, און די צוויי עקספערטן קלויבן אינאיינעם אויס א דריטן. אלע דריי מאכן באזונדערע אפשאצונגען. אויב צוויי עקספערטן געבן די זעלבע שאצונג, איז דאס די ווערט. אויב אלע דריי שאצונגען זענען אנדערש, נעמט מען די שאצונג וואס פאלט אינדערמיט (למשל, 100, 90, 130 → די ווערט איז 100).✓ רוב שותפים נעמען דאס
6#6 – דריי עקספערטן (די העכסטע + נידריגסטע): יעדע זייט שטעלט אן איין עקספערט, און די צוויי עקספערטן קלויבן אינאיינעם אויס א דריטן. אלע דריי מאכן באזונדערע אפשאצונגען. אויב צוויי עקספערטן געבן די זעלבע שאצונג, איז דאס די ווערט. אויב אלע דריי שאצונגען זענען אנדערש, נעמט מען די העכסטע און די נידריגסטע, מ׳לייגט זיי צונויף און מ׳טיילט אין צוויי (למשל, 100, 90, 130 → 90+130=220, צעטיילט אין 2 = 110).
7#7 – צוויי עקספערטן און א בורר: יעדע זייט שטעלט אן איין עקספערט. אויב די עקספערטן קענען זיך נישט פארגלייכן, געבט יעדער אפ זיין ענדגילטיגע שאצונג. דערנאך גייט מען לויט דעם קאנפליקט-מהלך, און מ׳מוז אויסקלויבן איינע פון די צוויי שאצונגען אן קיין שום פשרה אינדערמיט.
אדער
8א קאמבינאציע פון עטליכע וועגן.1
✎שרייבט קלאר ארויס וועלכע וועג מ׳נוצט ווען:למשל, #2 פאר די ערשטע דריי יאר, דערנאך #3; #5 איינמאל דער יערליכער ריווח גייט איבער $1,000,000
59
וואס זענען די תנאי תשלומים ווען איין שותף קויפט אויס דעם צווייטן?
געדענקט: תנאים וואס מ׳קען נישט נאכקומען העלפן פאר קיינעם נישט. די פיר וועגן זענען געבויט אויף צוויי באשלוסן: (א) צי די שותפות ענדיגט זיך גלייך, אדער בלייבט מען שותפים ביז די גאנצע געלט איז באצאלט? (ב) צי די צאלונג ווערט געמאכט אויף איינמאל אדער מיט אפצאלונגען? "בלייבן שותפים" איז די בעסטע פארזיכערונג פאר׳ן מוכר, בשעת "ענדיגן גלייך" גיט די מערסטע קלארקייט פאר׳ן קונה.
5ווען ענדיגט זיך די שותפות?ווען אלעס איז באצאלטגלייך
וויאזוי ווערט עס באצאלט?אלעס אויף איינמאל25% דעפאזיט, דערנאך פערטל-יערליך איבער צוויי יאר
1דעם גאנצן סכום גלייך – מ׳בלייבט א שותף ביז די גאנצע געלט איז באצאלט, און דער אויסקויף איז פערטיג נאר נאך די פולע צאלונג.✓ רוב שותפים נעמען דאס
2דעם גאנצן סכום אינערהאלב 90 טעג – די שותפות ענדיגט זיך גלייך, און דאס געלט ווערט א פערזענליכע חוב וואס איז פארזיכערט מיט א ליען (משכון) אויף די שערס.
3א דעפאזיט פון 25% גלייך, און דאס איבריגע אין פערטל-יערליכע צאלונגען איבער צוויי יאר – מ׳בלייבט א שותף, און מיט יעדע צאלונג קויפט מען אויס א גרעסערע חלק פונעם שותפות.
4א דעפאזיט פון 25% אינערהאלב 90 טעג, און דאס איבעריגע צאלט מען אויס פערטל-יערליך דורכאויס צוויי יאר – די שותפות ענדיגט זיך גלייך, און דאס געלט ווערט א פערזענליכע חוב וואס איז פארזיכערט מיט א ליען (משכון) אויף די שערס.
60
וואס פאסירט אויב א צאלונג ווערט נישט באצאלט אין צייט?
41אלע געלטער וואס מ׳האט שוין געצאלט ביז דעמאלט ווערן גערעכנט ווי א מתנה, און מען ווערט צוריק א שותף פונקט ווי פריער.די מעלה: דאס שטופט דעם קונה צו צאלן אין צייט. דער חסרון: אויב די ביזנעס גייט נישט גוט, קען דער קונה זאגן פאר׳ן שותף "ווער צוריק א שותף" און אזוי פטור ווערן פון צאלן.1
✎וויפיל טעג נאך א געשריבענע מעלדונג מעג די צאלונג נאך געמאכט ווערן?למשל, 10
2דער מוכר ווערט צוריק א שותף – מיט א פראצענט לויט וויפיל געלט מ׳איז אים נאך שולדיג.1
✎וויפיל טעג נאך א געשריבענע מעלדונג מעג די צאלונג נאך געמאכט ווערן?למשל, 10
3דאס געלט וואס מ׳איז שולדיג ווערט גערעכנט ווי א הלואה אונטער א היתר עיסקא (אויב ס׳איז ערלויבט).1
✎וויפיל פראצענט א יאר?%
4מען גייט לויט דעם קאנפליקט-מהלך.
קאפיטל 13
קאנפליקטן – דער וועג צו א לייזונג
די לעצטע שאלה איז אפשר די וויכטיגסטע: אויב די שותפים קענען זיך נישט פארגלייכן, וויאזוי וועט מען שליכטן די מחלוקת? דאס איז בעסטע אפצומאכן יעצט, ווען עס הערשט נאך גוטע באציאונגען.161
אויב די שותפים קומען זיך נישט דורך – וויאזוי גייט מען זיך אויסגלייכן?
61א מפשר (מעדיעיטאר) – קען נישט צווינגען; ער קען נאר פרובירן צו ברענגען די צדדים צו א פארשטענדעניש.געדענקט: א מפשר אליין, אן א קלארע קומענדיגע שטאפל, מיינט אז אויב ער פעלט דורך, בלייבט איר שטעקן.1
✎און אויב דער מפשר באווייזט גארנישט – וואס טוט מען דעמאלט? (אפציאנאל)למשל, מען גייט צו א בורר / צום בית דין פון ___
2א בורר (ארביטרעיטאר) – קען ארויפצווינגען זיין באשלוס; איר זענט מוחל אייערע רעכטן פאר אים.2
✎ווער איז דער בורר (אדער וויאזוי ווערט ער אויסגעקליבן)?למשל, הרב פלוני; אדער דער רב פון ___
✎און אויב דער בורר קען נישט אדער וויל נישט איבערנעמען – וואס דעמאלט? (אפציאנאל)למשל, די צדדים קלויבן אויס אינאיינעם א נייעם בורר.
3זבל״א פון ביזנעסלייט – יעדער צד קלויבט אויס איינעם, און די צוויי קלויבן אויס א דריטן; מ׳גייט נאך צוויי פון די דריי (באזירט אויף זייער ביזנעס שכל).
4זבל״א פון דיינים – יעדער צד קלויבט אויס איין דיין, און די צוויי קלויבן אויס א דריטן; מ׳גייט נאך צוויי פון די דריי (לויט הלכה).
5א בית דין קבוע.1
✎וועלכע בית דין?
6די גאנצע סדר – פון א מפשר ביז׳ן בית דין. ערכאות נאר מיט א היתר.✓ רוב שותפים נעמען דאס2
שריט 1 · די מעלדונגאיין צד מעלדט דעם צווייטן, בכתב, אז ער וויל א מפשר. קודם פרובירט מען זיך אויסצוגלייכן דורך דעם מפשר – ער קען גארנישט צווינגען.
שריט 2 · 30 טעג נאך די מעלדונגאויב מען קומט נישט צו קיין הסכם, גייט מען צו זבל״א: יעדער צד קלויבט אויס איינעם, און די צוויי קלויבן אויס א דריטן. ביידע חתמ׳ענען שטרי בירורין (ארביטרעישאן פאפירן).
שריט 3 · 90 טעג נאך די מעלדונגאויב מען האט נאכנישט געחתמ׳ט קיין שטרי בירורין, זענען זיך די צדדים מחייב צו גיין צום אויסגעוועלטן בית דין, און יעדער מוז פאלגן דעם פסק.
שריט 4 · דער לעצטער אויסוועגאויב איין צד, ח״ו, וויל נישט גיין צו בית דין, און דער צווייטער באקומט א היתר ערכאות פונעם אויבנדערמאנטן בית דין, האט מען די רעכט צו גיין אין קאורט.
ווילט איר אויסוועלן איין בית דין אדער צוויי?2
איין בית דין – מ׳מוז גיין אהין.1
✎וועלכע בית דין?למשל, בד״ץ מכון להוראה, מאנסי
צוויי בתי דינים – דער נתבע (דער וואס ווערט פארקלאגט) קלויבט אויס וועלכן פון די צוויי.2
✎בית דין #1:למשל, בד״ץ מכון להוראה, מאנסי
✎בית דין #2:למשל, בד״ץ התאחדות הרבנים, וויליאמסבורג
קאפיטל 14
בעפאר אייער טערם שיעט
איין לעצטע זאך, און דעמאלט איז אייער טערם שיעט גרייט.162
וואוהין זאלן מיר שיקן אייער טערם שיעט?
איין אימעיל און איין סעלפאן נומער פאר יעדן שותף. דער טערם שיעט גייט צו יעדן שותף. (דערמיט קענען מיר אייך אויך דערגרייכן אויב עס קומט אויף א שאלה.)
1אימעילסעלפאן נומער
שמואל לייב פריעד · 845.377.5342 · info@yashrus.com · yashrus.com
ישרותYASHRUS